בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - צוריק ברענגען אידן צום אייבערשטן איז גרעסער פון אלעס
הפצה, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ו', ערב חג הסוכות, י"ד תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ירושלים.


אייער מאן האט מיר געשריבן אז איר ארבעט מיט אייער גאנצע כח איבערצוטייטשן דעם גליון און די בריוו פון עצתו אמונה; אנשטאט אויסזאגן תהילים אינעם טאג וואס איר יערט זיך צו לאנגע יארן - האט איר אריין געלייגט אסאך שעות צו איבערטייטשן די בריוו.


וואס זאל איך אייך זאגן, וואס זאל איך אייך שרייבן; נישטא קיין גרעסערע זאך ווי פארשפרייטן די עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן פאר אנדערע, דאס איז חשוב'ער פון אלע עבודות אויף די וועלט. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג דערציילן, ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדראביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווען איז אים רש"י הקדוש אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון רבי מיכעלע זלאטשובער, אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדראביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע רבי יצחק מדראביטש געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענטפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאך אלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדראביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".


דער אייבערשטער זאל אייך געבן נחת ביי אייערע קינדער.