בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר
זיי מודיע פאר די חתנים פון ארץ ישראל זיי זאלן נישט קומען קיין אמעריקע, עס האט נישט קיין זין צו קומען קיין אמעריקע ווען מיר האבן א גאר גוטע ישיבה אין ירושלים מיט א גאר גוטער מגיד שיעור און א מדריך לחתנים וואס וועט זיי אנגרייטן פאר די חתונה.
אויך זאלסטו נישט געבן קיין בעט צו שלאפן אין דארמיטארי פאר די בחורים וואס קומען נישט אין ישיבה, איך וויל פארמאכן די דירות וואו די בחורים שלאפן, ווען רוב פון די בחורים זענען נישט געקומען אין ישיבה א גאנץ ווינטער. עס איז א גרויסע אחריות, איך וויל דו זאלסט שטיין אויף דעם און זיין אחראי אויף דעם, נאר געבן א בעט פאר די בחורים וואס קומען יעדן טאג אין צייט צו שחרית.
חיזוק קענען אלע קומען הערן, צו די נאכמיטאג שיעור קענען אלע קומען, אבער געבן א בעט - איז נאר פאר בחורים וואס קומען צו שחרית, וואס ליינען קריאת שמע אין צייט, דאווענען אין צייט, און פילן אן רוב טאג מיט תורה, תפילה והפצה.
אזוי אויך וויל איך דיר בעטן דו זאלסט זיין ממונה זומער ווען מיר וועלן זיין אין שטעטל, געבן אש"ל נאר פאר בחורים וואס האבן מיט געהאלטן א גאנץ יאר אלע סדרים.
אזוי אויך וויל איך דיר בעטן, די שעות וואס דו ביסט מלמד פון ניין אזייגער ביז דריי - זאלסטו נישט עוסק זיין אין קיין שום פרעמדע זאך, אפילו אין קהילה ענינים; דיין קאפ, הארץ אין מח - זאל זיין ביי די קינדער, זיי אנפילן מיט תורה, תפילה, יראת שמים און מידות טובות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.