בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - צניעות ברענגט גוטע קינדער
צניעות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דאס וואס דו ווילסט אז דיין ווייב זאל זיך אנטון א טיכל, דו שרייבסט מיר אז אין אנהייב האט זי אויך געוואלט נאר יעצט שעמט זי זיך פון א שכינה, ווילסטו אן עצה וואס דו זאלסט טון.


פון איין זייט איז זייער חשוב צו גיין אפגעבינדן מיט א טיכל אן א שייטל, מען זעט אין די גמרא די מעשה וואס די הייליגע חכמים דערציילן (יומא מז.): "שִׁבְעָה בָּנִים הָיוּ לָהּ לְקִמְחִית", עס איז געווען א פרוי וואס האט געהייסן קמחית און זי האט געהאט זיבן קינדער, "וְכֻלָּן שִׁמְּשׁוּ בִּכְּהוּנָה גְדוֹלָה", און אלע זענען געווען כהנים גדולים. "אָמְרוּ לָהּ חֲכָמִים: מַה עָשִֹיתָ שֶׁזָּכִיתָ לְכַּךְ?" האבן די חכמים איר געפרעגט: וואס האסטו געטון אז דו האסט זוכה געווען צו דעם? "אָמְרָה לָהֶם: מִיָּמַי לֹא רָאוּ קוֹרוֹת בֵּיתִי קְלָעֵי שַׂעֲרִי", האט זי געזאגט פאר די חכמים: איך האב אייביג אכטונג געגעבן אז די ווענט און די דאך פון מיין הויז זאלן נישט זען מיין האר; זעט מען פון דעם אז ווען מען פירט זיך מיט צניעות האט מען נאכדעם נחת פון די קינדער, אבער מען קען דאס נישט ארויפצווינגען אויף די ווייב, דאס דארף קומען מיט אסאך ישוב הדעת און אסאך סבלנות.


דערפאר בעט איך דיר טייערער ... נרו יאיר, זיי מכבד דיין ווייב און באצווינג איר נישט וכו'; דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א ערליכע ווייב, א איידעלע ווייב וואס וויל טון דיין ווילן וכו', אבער פון די אנדערע זייט איז איר שווער פון איר משפחה און שכנים וכו' און זי ווערט צעריסן צווישן דיר און זיי. אויב זי איז מסכים זיך צו טוישן וכו' איז זיכער אז א טיכל איז מער צניעות'דיג, און אין דעם זכות וועט איר זוכה זיין צו די ברכה וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער.


דער עיקר זאלסטו זען צו לעבן בשלום; אויב דו וועסט לעבן בשלום מיט איר, דו וועסט איר מכבד זיין, לויבן און געבן כסדר לויב ווערטער, וועסטו זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט רוען ביי דיר אין שטוב און דו וועסט זוכה זיין צו אלע ברכות און צו אלעס גוטס.