בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, י"א מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט קומען צו די וועכנטליכע שיעורים, די ליל שישי שיעורים; וועסט הערן וויכטיגע זאכן פארן לעבן.
דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט אויפן פסוק (תהלים צה, י): "וְהֵם, לֹא יָדְעוּ דְרָכָי", 'והם' – אז מען בלייבט אינדער'היים', מען גייט נישט צו צדיקים, 'לֹא יָדְעוּ דְרָכָי', ווייסט מען נישט די וועג ווי צו דינען דעם אייבערשטן.
קען זיין אז די וועכנטליכע שיעורים זענען צו פשוט'ע זאכן, מען רעדט צו פשוט, פון שלום בית, חינוך הבנים והבנות, מען רעדט נישט פון קבלה וכו' וכו', אבער די פשוט'ע זאכן איז לעבנ'ס וויכטיג, אזוי ווי רב הונא האט געזאגט פאר זיין זון רבה (שבת פב.): "הוא עסיק בחיי דברייתא", ער רעדט פון לעבנ'ס וויכטיגע זאכן, "ואת אמרת במילי דעלמא", און דו זאגסט אז די דיבורים זענען צו פשוט.
קום צוריק, קום צו די הייליגע חבורה פון היכל הקודש, איך האב דיך ליב, איך וויל אזוי שטארק זיין נאנט מיט דיר.