בעזרת ה' יתברך - תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי
א גרויסן יישר כח פארן צושטעלן אזעלכע געשמאקע וועגן צו קומען צום רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה, איך האב זייער הנאה געהאט, עס איז געווען א פארגעניגן צו פארן מיט אנשי שלומינו.
איך האף צום אייבערשטן ענק וועלן צושטעלן אויף קומענדיגע יאר, תשפ"ז, אויך א 'נסיעה' צום רבי'ן.
קומענדיגע יאר וויל איך פארן דינסטאג כ"ו אלול, סעפטעמבער 8 למספרם. ראש השנה געפאלט אום שבת קודש און זונטאג, דארפן מיר ארויספארן דינסטאג פארנאכטס אנצוקומען דאנערשטאג אינדערפרי. לויט ווי איך זע וועלן ענק קענען מאכן צוויי טשארטערס, איינס דינסטאג פארנאכטס און איינס מיטוואך, איך וויל פארן דינסטאג.
זיי שטארק מיט שחרית מנחה מעריב, דאווענען דוקא אין שול, נישט אין שטוב, אין אפיס וכדומה.