בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - קוק נישט אויף צוריק, לעב גוט מיט דיין יעצטיגער מאן
שידוכים, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די ערשטע זאך דארפט איר וויסן אז די גאנצע זאך פון שידוכים איז א פארבארגענע זאך און איז פארהוילן פון אלעמען, דאס ליגט נאר אין דעם אייבערשטנ'ס הענט. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג) מיר געפונען סיי אין די תורה און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיטן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): לבן און בתיאל האבן געזאגט פאר אליעזר ווען ער האט געוואלט נעמען רבקה פאר יצחק אבינו, "מֵה' יָצָא הַדָּבָר", מיר זענען מודה אז דער שידוך איז פונעם אייבערשטן, אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): שמשון הגיבור האט גענומען א פרוי זיינע עלטערן האבן נישט געוואלט זאגט די תורה "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", זיינע עלטערן האבן נישט געוויסט אז דער שידוך קומט פונעם אייבערשטן, און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): שלמה המלך זאגט א הויז און א פארמעגן קען מען באקומען בירושה פון עלטערן אבער "וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", א שידוך קומט פונעם אייבערשטן, זעען מיר איבעראל אז א שידוך האט נאר מיטן באשעפער.


דערפאר אז איר זענט אריבער געגאנגען די גאנצע פרשה מיט אייער פריערדיגן מאן וכו' און יעצט האט דער אייבערשטער אייך געהאלפן אז איר האט נאכאמאל חתונה געהאט, דארפט איר אנהייבן א נייעם בלעטל אין לעבן און פארגעסן פון אייער פריערדיגער מאן וכו'. איר זאלט פרובירן מיט אלע אייערע כוחות אויפצובויען א נייעם שטוב פארן אייבערשטן; עס איז טאקע זייער שווער צו פארגעסן די פריערדיגע לעבן, דאס איז נישט נאר ביי אייך אז איר בענקט זיך וכו', נאר אזוי גייט דאס ביי אלע וואס האבן נאכאמאל חתונה, אזוי ווי עס זאגט דער הייליגער תנא רבי עקיבא (פסחים קיב.): ווען א מאן און ווייב האבן חתונה א צווייטע מאל טראכטן זיי צוריק פון זייער פריערדיגע לעבן; מיט דעם אלעמען דארפט איר זיך שטארקן און אנהייבן פונדאסניי אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט, אלץ אנהייבן פונדאסניי.


דאס אז איר שפירט אז ער געבט נישט גענוג ליבשאפט וכו', זאלט איר וויסן אז דער לעבן איז ווי א שפיגעלע; שלמה המלך זאגט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", אזוי ווי ווען מען קוקט אין וואסער שפיגלט מען זיך דערין - ווען מען שמייכלט זעט מען א שמייכל און ווען מען איז זויער זעט מען א זויערע בילד, אזוי אויך איז די לעבן; אויב מען שמייכלט צו א 'שפיגל' זעט מען ווי איינער שמייכלט צוריק, און אויב מען ווייזט א זויערע פנים צום 'שפיגל' זעט מען צוריק א זויערע פנים.


שטארקט אייך מיט אמונה פשוטה אינעם בורא כל עולמים; דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר אלעס גוטס וואס ער טוט מיט אייך, וועט ער אייך געבן גוטס בכפלי כפלים.