בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
טייערער ... נרו יאיר
איך האב זייער הנאה צו זען ווי דו לערנסט און ווי דו דאווענסט; אז דו וועסט ווייטער לערנען און דאווענען וועסטו ווערן אן ערליכער איד, דו וועסט מצליח זיין אין לעבן.
שטארק זיך מיט יראת שמים, קוק נישט קיין ווידיאוס, אויך נישט אידישע, ווייל מען הייבט אן מיט אידישע, און עס ענדיגט זיך זייער נישט גוט; אז מען קוקט ווידיאוס, מאוויס, קליפס וכו' – ווערט מען משוגע, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", מען וועט משוגע ווערן פון קוקן די זאכן.
איך בעט דיר זייער, זאג מיר צו אז דו גייסט מער נישט אריין אין א קיאסק, איך וויל אזוי שטארק נאר דיין גוטס, ביסט א יונגע ביימעלע, און איך וויל אז דו זאלסט האבן א זיס לעבן; איך ווייס אז די נסיון איז גרויס, עס ציט צו קוקן קאטאוועס (דזשאוקס), מען שפירט זיך לעפ"ט או"ט (אויסגעשלאסן) ווען די גאס רעדט פון זאכן און מען קען נישט מיט האלטן, דאך בעט איך דיר מיין טייערער ליבער תלמיד, זאג מיר צו אז דו גייסט מער נישט אין קיאסק און דו קוקסט מער נישט קיין ווידיאוס.
איך האב דיך ליב, איך האב ליב מיינע תלמידים ווי מיינע קינדער, און אז דו וועסט מיך נאכגיין, טון וואס איך בעט – וועסטו אסאך פארדינען.