בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, קרית ברסלב
וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען מקורב צו ווערן צום הייליגן רבי'ן וואס איז אונז מחזק מיט אזעלכע חיזוקים, אז אפילו דער מענטש איז א שברי כלי, ער האט שוין אויפגעגעבן אויף זיך און פלוצלונג האט ער געפינען דעם רבינ'ס ספרים און דאס דרייט איבער פון טונקל צו ליכטיג, פון שווארץ צו ווייס, מען הייבט אן זען א וועג אז מען קען נאך יא אנקומען צו די קדושה.
קומענדיגע וואך ליל שישי איז פסח שני; וויסן זאלסטו, פסח שני לערנט אונז זייער א וויכטיגע זאך פאר עבודת השם, אז אפילו מען האט נישט זוכה געווען צו ריינע יונגע יארן, מען האט פוגם געווען, מען האט געטון עבירות, מען איז געווען פארזינקען אין די טומאה - קען מען נאכאלץ זוכה זיין אלעס צו פאררעכטן און אריינגיין אין די קדושה, אזוי ווי די אידן וואס זענען געווען טמא ביים מקריב זיין די קרבן פסח, זיי זענען געווען אויסגעשלאסן פון כלל ישראל - האבן ביים סוף זוכה געווען צו פסח שני, אזוי אויך קען יעדער איד זוכה זיין צו קומען צו די העכסטע מדריגה, מען קען אלעס פאררעכטן, אפילו מען האט פארפאסט די יונגע יארן.
דער יצר הרע ווערט אנגעריפן א מלך זקן וכסיל, אן אלטער נארישער קעניג, ער טראגט דעם טיטל 'אלט' ווייל ער ברענגט כסדר פארן מענטש זיינע אלטע מעשים, ער וויל צעברעכן דעם מענטש, ער וויל אים מחליש דעת זיין, ער זאגט פארן מענטש: 'לאז דיך אפ, דו וועסט שוין נישט זיין קיין צדיק, דו ביסט טמא, דיינע יונגע יארן זענען פול מיט חטאת נעורים, פארשמירט מיט פגם הברית', אבער אז מען האט שכל אויסצוהערן די קול פון צדיק וואס לערנט אונז - פסח שני; אמת דו האסט פארפאסט דיינע יונגע יארן, אמת דו האסט מקלקל געווען, אבער דו קענסט יעצט זוכה זיין אלעס צו פאררעכטן, און אז דו וועסט תשובה טון, דו וועסט חרטה האבן אויף דיין עבר און זיך מקבל זיין צו זיין גוט - וועט דער אייבערשטער דיר מוחל זיין און דיר געבן נאך א טשענס.
אנשטאט זיין דערביטערט אז מען האט נישט געקענט ברענגען דעם ערשטן קרבן פסח, דארף מען ענדערש זען צו זיך גרייטן אויפן פסח שני, מען דארף וויסן אז פון קוקן אויף צוריק, פון זיך קלאפן אז מען האט פארפאסט די יונגע יארן - וועט קיין גוטס נישט ארויס קומען; אודאי דארף מען תשובה טון דערויף און יעדן טאג וויינען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער זיי מיר מוחל אויף אלע מיינע חטאת נעורים", אבער א גאנצן טאג דארף מען זיין פרייליך און ארויסקוקן ווען קומט שוין פסח שני, און ווען עס קומט צו לערנען און דאווענען טאר מען נישט טראכטן פונעם עבר, דעמאלט דארף מען אלעס פארגעסן. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א מעלה", מענטשן רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט קיין גוטע זכרון און זיי פארגעסן וואס איז געווען, מען מיינט אז דאס איז א חסרון, אבער עס איז פארקערט, עס איז נאר א מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, דאס וואלט גורם געווען אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פונדאסניי.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.