בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת טהרה, ה' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה ברסלב.
איך בעט דיר זייער טייערער ... נרו יאיר זאלסט זיך אויפהערן צו באשולדיגן און דו זאלסט איר אויך נישט באשולדיגן; נעם אריין אין דיין קעפעלע אז דער אייבערשטער - ער אליין - האט געמאכט אז דו זאלסט א חתן ווערן און אז דער שידוך זאל ווערן אויס, אז זי זאל אפלאזן די שידוך. עס האט נישט צו טון מיט דיר און אויך נישט מיט איר - נאר מיטן אייבערשטן; ער פירט אלעס, ער טוט אלעס און ער מאכט אלעס. ווי לאנג דו וועסט טראכטן 'ווער איז שולדיג?' וועסטו ווערן מער און מער צעבראכן און צעשאסן.
איך וויין פאר דיר; עס טוט מיר אזוי וויי צו זען ווי דו ביסט בעצבות זייט די שידוך איז געווארן אויס, איך בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג דו זאלסט טרעפן דיין זיווג און נאך מער בעט איך דעם אייבערשטן פאר דיר אז ביז דיין שידוך וועט אנקומען זאלסטו האבן שכל זיך איבערצוגעבן צום אייבערשטן און קיינעם נישט באשולדיגן.
געב א קוק, מיר האבן פארלוירן די וואך אונזער טייערער זיסער חבר שמעי ענדצווייג עליו השלום; ער איז געווען א בעל יסורים זיין גאנץ לעבן, ער איז געזיצן געלעמט און זיך נישט געקענט רירן די הענט און אויך נישט די פוס; פונדעסטוועגן איז זיין שמייכל קיינמאל נישט אראפ פון זיין פנים. ער האט קיינמאל נישט געקרעכצט און זיך קיינמאל נישט אפגערעדט, נאר שטענדיג געשמייכלט; ברוך השם אז דו האסט געזונטע הענט און געזונטע פוס, עס פעלט דיר גארנישט נאר אביסל חיזוק דו זאלסט אויסווארטן דיין ישועה.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צום (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.
א פרייליכן יום טוב.