בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א קינד ווי אלע קינדער, קען אויסוואקסן גאר גרויס
חינוך הילדים, משלי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


ביים לערנען משלי האב איך געטראכט, עס קען זיין דאס איז פשט, עס שטייט אין פסוק (משלי ד, ג): "כִּי בֵן הָיִיתִי לְאָבִי", א באליבטער זון בין איך געווען צו מיין פאטער, "רַךְ", געצערטלט, "וְיָחִיד לִפְנֵי אִמִּי", און איינציג פאר מיין מאמע; דער רבי זאגט, מען זאל נישט מיינען אז דאס וואס ער האט זוכה געווען צו מדריגות גדולות איז וויל ער איז אן אייניקל פון בעל שם טוב, אדער מצד זיין הייליגע נשמה, און דער וואס האט נישט קיין יחוס וכו' – קען נישט זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק; דאס איז א טעות, ווייל יעדער איינער קען צו דעם זוכה זיין, און ער האט זוכה געווען צו אלע מדריגות דורך יגיעות וטרחות, ער האט זיך געפלאגט און געהארעוועט זייער אסאך.


דאס זאגט אונז דער פסוק, מען זאל נישט מיינען אז די הייליגע צדיקים זענען געבוירן צדיקים, זיי האבן נישט געהאט קיין שווערע ביטערע נסיונות, "כִּי בֵן הָיִיתִי לְאָבִי", איך בין געווען א באליבט קינד, "רַךְ", צארט, "וְיָחִיד לִפְנֵי אִמִּי", און איינציג פאר מיין מוטער, איך בין געווען א קינד ווי אלע קינדער, און איך האב געהאט נסיונות אזוי ווי אלע, נאר איך האב זיך געשטארקט און אסאך געהארעוועט; און יעדער איינער וואס וועט הארעווען, יעדער וואס וועט נישט אפלאזן די גוטע ווילן – וועט זוכה זיין צו ווערן א גרויסע צדיק, והבן למעשה.


עוד יש לומר, אז מען גייט ארום מיט די מחשבה "כִּי בֵן הָיִיתִי לְאָבִי", אז מען איז א באליבט קינד פארן טאטן אין הימל, מען לעבט מיט די מחשבה אז אפילו וואס עס זאל נאר זיין מיט מיר האט מיך דער אייבערשטער ליב - איז מען זוכה צו ווערן א גרויסער צדיק, "רַךְ וְיָחִיד לִפְנֵי אִמִּי", איינציג פאר מיין מאמע; דאס מיינט מען כנסת ישראל, והבן למעשה.