בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד הילד ... נרו יאיר, תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, ליבערטי.
איך פריי זיך זייער אז דו גייסט הפצה מיט דיין מלמד; זיי ווייטער ממשיך מיט'ן טיילן ספרים און קונטרסים פון די עצות פון רבי'ן.
ווען א קינד גייט הפצה קען ער מער מצליח זיין ווי אן ערוואקסענער, ווייל זייער אסאך מענטשן ווילן זייער שטארק נעמען די קונטרסים אבער זיי שעמען זיך פונעם מפיץ, זיי האבן מורא, 'וואס וועט ער טראכטן? ער וועט מיינען איך בין א ברסלב'ער, וכו' וכו'', אבער ווען זיי זעען א קינד ברענגט זיי די ספרים נעמען זיי דאס מיט א שמחה, זיי שעמען זיך נישט.
אויף דיין פראגע וואס דו זאלסט טון מיט די געלט פון הפצה; לייג אוועק די געלט ביז עס וועט זיך אנזאמלען, דעמאלט זאלסטו מיר דאס ברענגען און איך וועל דרוקן מיט דעם א קונטרס אדער א ספר פאר דיין זכות.
די שענסטע זאך וואס מיר קענען צוריק געבן פאר'ן רבי'ן איז דרוקן זיינע ספרים און דאס פארשפרייטן פאר נאך מענטשן, זיי זאלן אויך אנהייבן לעבן די זיסע חיים טובים.
וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן; דו וואוינסט אין א הייליגע פלאץ, א פלאץ וואס מען זעט גארנישט נאר דער נאטור פונעם אייבערשטן, מען קען זיך אויפהייבן די אויגן, מען קען גיין צווישן די גראז רעדן און שמועסן צום אייבערשטן; זאלסטו זען יעדן טאג צו גיין אביסל שפאצירן ארום דיין שטוב און רעדן צום אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.