בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת משפטים, כ"ד שבט, שנת תש"פ לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך פארשטיי נישט דעם פראבלעם, איר שרייבט אז אייערע קינדער ווילן נישט גיין דאווענען אינעם שול וואו אייער מאן דאווענט ווייל עס איז נישט דא קיין קינדער און זיי האבן נישט וואס צו טון, זיי האבן נישט מיט וועם צו שפילן; איר פרעגט וואס צו טון.
עס זעט מיר אויס אז איר ווייסט נישט די א-ב פון חינוך; עלטערן דארפן נישט פרעגן די קינדער וואס צו טון און קינדער זענען נישט די וואס זענען מחליט וואס צו טון; קינדער דארפן פאלגן די עלטערן, זיי דארפן באקומען א חינוך צו פאלגן וואס די עלטערן זאגן, זיי זענען נישט די וואס זאגן פאר טאטע מאמע וואו צו גיין און וואס צו טון. דאס דארף מען אריין לייגן אין זיי ווען זיי זענען נאך גאר יונג, צוויי יאר, דריי יאר, פיר און פינף יאר אלט. די פאר יאר זענען די וויכטיגסטע יארן פון חינוך, די קינדער זאלן וויסן אז טאטע מאמע זענען נישט קיין חברים, טאטע מאמע דארף מען פאלגן און מכבד זיין.
איך דאנק דעם אייבערשטן אז ער האט מיר געגעבן א טאטע וואס האט מיר מחנך געווען; איך בין געווען דער איינציגסטער קינד וואס איז געזיצן אין בית המדרש פון אנהויב דאווענען ביז'ן סוף דאווענען, אזוי אויך ביי קריאת התורה - נעבן מיין טאטע שליט"א, נישט ווייל איך האב געוואלט נאר ווייל אזוי האב איך געדארפט טון, איך האב געוואוסט אז איך האב נישט צוויי וועגן, נאר אזוי דארף איך טון. דאס איז געווען אלע וואכן ווען איך בין געווען אין שול, פון פאר די דריי יאר, נאך פאר מען האט מיר געמאכט פיאות. שפעטער ווען איך בין געווען צען יאר בין איך געוואויר געווארן אז אינדרויסן איז לעבעדיג, די קינדער שפילן, טאנצן און ווילדעווען, מען ווארפט מיסט, מען שפארט אפ די גאס וכו', וכו' - וואס קינדער טוען בשעת'ן דאווענען, דעמאלט האט מיר דאס שוין נישט געצויגן ווייל די רגילות פון זיצן אין שול איז שוין געווארן ביי מיר ווי א נאטור.
באזונדער דארפט איר זאגן פאר אייער מאן אז ווען מען ברענגט קינדער אין שול דארפן זיי זיצן נעבן זייער טאטע פון אנהויב דאווענען ביז'ן ענדע; מען ברענגט די קינדער אין שול נישט צו שפילן און פארברענגען נאר צו דאווענען, אפילו די קליינע קינדער וואס קענען נאך נישט ליינען, זיי דאווענען נאך נישט - דארף מען אויך האלטן נעבן זיך און זיי אויסלערנען זאגן: "בָּרוּךְ הוּא וּבָרוּךְ שְׁמוֹ" און "אָמֵן". אזוי ווי דער רמ"א זאגט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן קכד, סעיף ז): "וִילַמֵּד בָּנָיו הַקְּטַנִּים שֶׁיַּעֲנוּ אָמֵן", מען זאל אויסלערנען די קינדער זאלן זאגן אמן, "כִּי מִיָּד שֶׁהַתִּינוֹק עוֹנֶה אָמֵן, יֵשׁ לוֹ חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא", ווייל ווען א קינד זאגט אמן איז ער זוכה צו עולם הבא.