בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ויקרא, כ"ד אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט ווערן צעבראכן פון דעם וואס איר זעט אז איר האט נישט קיין כח צו אייערע קינדער און יעדע צופרי ווערט אן אנגעצויגענע שטימונג ביי אייך אין שטוב ווען די קינדער פאלגן נישט.
וויסן זאלט איר אז יעדע אידישע מאמע מיט קליינע קינדער שפירט וואס איר שפירט און גייט אריבער וואס איר גייט אריבער וכו'; יעדע פרוי מיינט אז זי האט מיט די נערוון וכו', בפרט ווען מען האט א שטוב מיט קליינע קינדער, דעמאלט קען מען אסאך מאל שפירן אז מען גייט ממש אראפ פון זינען ווען די קינדער פאלגן נישט וכו'.
זייער אסאך מאל ווערט א מענטש צעבראכן נאכדעם וואס מען געשריגן אויף די קינדער; מען הייבט אן טראכטן אז מען איז נישט געזונט וכו', מען הייבט אן טראכטן אז מען קען נישט זיין קיין מאמע וכו', אבער דאס איז נישט וואר. ווייל א מענטש איז א מענטש, א מענטש איז נישט קיין מלאך; איר דארפט וויסן אז קינדער זענען קינדער און דער געזונטער נאטור פון קינדער איז צו טאנצן און שפרינגען און נישט פאלגן; געזונטע קינדער הערן נישט ווען מען רעדט צו זיי. אז מען ווייסט דאס פון פאראויס איז דאס גרינגער צו נעמען.
קינדער מיט עלטערן זענען פונקט דאס פארקערטע; עלטערן האבן ליב ווען עס איז שטיל, רואיג און מסודר, קינדער – פון די אנדערע זייט - ווילן נאר שרייען, טאנצן און שפרינגען. באמת איז נישט געפערליך אז קינדער שפרינגען וכו'; ענדערש זאל דער קויטש כאפן א ריס ווי דער קינד זאל ווערן צעדרוקט, ענדערש זאל דער וואנט כאפן א קראץ ווי איידער דער קינד זאל כאפן קולות א גאנצן טאג.
איינער פון די בחורים וואס פלעגן קומען עסן ביי מיר אויף שבת האט מיר געזאגט, אז ער האט זייער הנאה געהאט צו עסן שבת ביי מיר צוזעהנדיג ווי מען הרג'עט נישט די קינדער ווען זיי טאנצן אויפן קויטש, ווייל ביי זיי אין שטוב הרג'עט מען די קינדער אויב מען טאנצט אויפן קויטש; עלטערן קענען נישט נעמען ווען די קינדער לויפן און שפרינגען, מען האט מורא אויב די וואנט וועט כאפן א זעץ וכדומה, מען כאפט זיך נישט אז א קויטש קען מען קויפן א נייע, א וואנט קען מען איבער פארבן, אלעס קען מען פארעכטן, אבער קינדער אויב מען שרייט אויף זיי טאג און נאכט ווערן זיי פעלערהאפטיג פאר זייער לעבן.
אבער מיר דארפן געדענקען אז מיר האבן א גרויסער באשעפער וואס פירט דער וועלט און מיר האבן א גרויסער רבי וואס האט אונז געגעבן וואונדערליכע עצות אויף יעדן פראבלעם; דער רבי האט אונז אויסגעלערנט אז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן און מיר זאלן אים בעטן יעדע זאך וואס גייט אריבער אויף אונז. ווען א מענטש געוואוינט זיך צו אויסצורעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, ער דערציילט פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף אים, אלעס וואס באדערט אים, ווערט דער מענטש צופרידן און רואיג.
דעריבער זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג ער זאל רחמנות האבן אויף אייך איר זאלט האבן שטארקע נערוון צו די קינדער, און איר זאלט זוכה זיין זיי מגדל צו זיין און זען נחת פון זיי.
איך שרייב אייך א קורצע תפילה וואס איר זאלט זאגן יעדן טאג, וועט איר זען אז אלעס וועט זיך איבערדרייען לטובה.
"רבונו של עולם, העלף מיר אז היינט זאל איך נישט שרייען אויף מיינע קינדער. העלף מיר אז מיינע קינדער זאלן מיר פאלגן גלייך ווען איך בעט זיי, מיינע קינדער זאלן הערן ווען איך רעד צו זיי און זיי זאלן זיך נישט שפארן מיט מיר. הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל רעדן שיין צו מיין מאן און צו מיינע קינדער, איך זאל זיי נישט פארשעמען און איך זאל חס ושלום נישט שרייען אויף זיי מיאוס'ע ווערטער.
הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיך נישט אויפרעגן ווען מיינע קינדער פאלגן נישט גלייך ווען איך זאג זיי עפעס צו טון, איך זאל געדענקען אז: "קינדער זענען קינדער"; איך זאל זיי ליב האבן און איך זאל נישט ווערן פארלוירן און גערעגט אויב זיי פאלגן נישט.
איך געב זיך אינגאנצן איבער צו דיר הייליגער באשעפער, איך געב דיר איבער אלע מיינע מחשבות, אלע מיינע דיבורים און אלע מיינע מעשים פונעם היינטיגן טאג און פון אלע מיינע טעג. הייליגער באשעפער, העלף מיר אז איך זאל זיין גוט-מוטיג, ווייל ווען איך בין פרייליך איז מיין מאן פרייליך, און אז איך און מיין מאן זענען פרייליך וועלן די קינדער זיין רואיג און צופרידן.
הייליגער באשעפער, העלף מיר און העלף מיין מאן אז מיר זאלן קענען אויפציען א שיינע ערליכע שטוב, און מגדל זיין אונזערע קינדער צו תורה און צו עבודת השם יתברך.
רבונו של עולם, איך דארף גארנישט און איך וויל גארנישט - נאר ערליכע קינדער, איך וויל זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן דער וועלט, קינדער וואס וועלן נאר טון דיין ווילן.
הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען חתונה מאכן מיינע קינדער יונגערהייט און גרינגערהייט; מיינע קינדער זאלן זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס און זיי זאלן האבן נאר ערליכע חברים".
די תפילה זאלט איר זאגן יעדן טאג און אויב איר האט צייט - אפאר מאל א טאג, וועט איר זען גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער וועט מאכן מיט אייך.
איך ווארט צו הערן אז עס איז אייך בעסער געווארן.