בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב
איך בין נעכטן געווען אין שטעטל באזוכן אונזער ישיבה, איך האב נישט געהאט קיין צייט צו קומען אין תלמוד תורה; יעצט מוז איך זיך פארלייגן אויף די הצלחה פון די ישיבה.
געלויבט דעם אייבערשטן די גרוסן פון חדר זענען זייער גוט, די עלטערן זענען צופרידן, די קינדער קומען אהיים אינגאנצן אנדערש ווי פאראיאר, מען זעט אין שטוב וואס טוט זיך אין חדר; מען זעט אויפן קינד אז עס איז דא א שטרענגע סדר אין חדר מיט א שטארקע דרך ארץ, די קינדער קומען אהיים פרייליך און רואיג.
בנוגע קינדער וואס קומען אין חדר אן מאנטלעך, דו ווילסט וויסן אויב דאס האט מיט דיר; אודאי האט דאס מיט דיר, יעדע זאך וואס האט מיט די געזונט און זיכערהייט פון די קינדער - ליגט אויף די מוסד, און אז עס ווערט קאלט, קינדער קומען אן מאנטלעך - האט דאס מיט די מוסד, מען דארף רעדן מיט די עלטערן.
איך האב אסאך ארבעט, עס זעט נישט אויס איך וועל קענען קומען איין מאל א וואך רעדן פאר די מלמדים, איך וועל אנגרייטן שיעורים און דיר עס שיקן און דו זאלסט איינמאל א וואך צוזאמנעמען די מלמדים און זיי געבן צו הערן די שיעור, איך האף אז דאס וועט זיי מחזק זיין און זיין כאילו איך בין פערזענליך געקומען רעדן מיט זיי.
אויך בעט איך דיר דו זאלסט שיקן די שיעור פאר בית פיגא און דארט זאל מען אויך צוזאמנעמען די לערערינס איין מאל א וואך און זיי געבן הערן די שיעור.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.