בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן
מרת ... תחי', ברסלב ליבערטי
איך זע דעם רוצח ווי ער וויל קומען צו אייער שטוב, לאזט אים נישט אריינקומען, עפנט נישט די טיר; ווען ער קומט זאלט איר אים זאגן: 'גיי צו א צווייטע שטוב, קום נישט צו מיר'.
איר וועט נישט אזוי שנעל פטור ווערן פון אים, דאס איז א מלחמה א גאנץ לעבן; דער סמ"ך מ"ם וויל זיך אריינזעצן ביי יונגע פארפעלקער זיי חרוב מאכן דאס לעבן דורך מחלוקות און קריגערייען, לאזט נישט ביי אייך אין שטוב קיין מחלוקות, דערמאנט נישט אייער מאן אלטע זאכן, אייער מאן איז וואויל, ער וויל זיין א צדיק, ער דארף נאר די גוטע געפיל צו שפירן ווי ער איז חשוב אין אייערע אויגן.
בעט איך אייך זייער, געבט אים דעם געפיל; און אויב חס ושלום ער פארלירט זיך - זאלט איר פרובירן ווייטער אים צו שעצן, אים מאכן שפירן גוט. ביי מיר זענט איר זייער חשוב, ביידע פון ענק; איך געב אוועק אזויפיל צייט נאר פאר ענק, איר זאלט לעבן א חיים טובים.
מענער האבן א נאטור זיי ווילן שפירן ווי מען האלט פון זיי, זיי האבן נישט ליב ווען מען זאגט זיי, ווען מען מאכט זיי אוועק; דעריבער, די קלוגע פרויען ווייסן ווי אזוי צו רעדן צום מאן מיט שעצונג און כבוד; איך ווייס פון מעשיות וואס דער מאן איז נישט קיין קליינער נאר און אויך נישט קיין גרויסער חכם, די ווייב רעדט צו אים אזוי ווי מען רעדט צום חשוב'סטן מענטש און די קינדער זייערע שיינען און לייכטן.
בקיצור, צוריק צום אנהויב, פארמאכט אייער טיר, לאזט נישט אריין דעם רוצח; ווען אימער עס צינדט זיך אן א כעס, א ווייטאג, גייט צום טיר און זאגט: 'אנטשולדיגט, נישט ביי אונז אין שטוב; ביי אונז אין שטוב וואוינט די שכינה הקדושה, ביי אונז איז דא שלום'.
איר קענט קומען זונטאג, איך וועל מאכן צייט פאר ענק; איך וועל ענק העלפן מאכן ענקער שטוב א פלאץ פאר די שכינה הקדושה.