בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - קליפס און ווידיאס איז נישט גוט פאר קינדער, און אויך נישט פאר עלטערן
חינוך הילדים, מאוויס

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף די פראגע, אויב איר זאלט ווייזן פאר אייער בעבי קליפס און ווידיאוס פון אים אליינס; דער ענטפער איז ניין, עס איז נישט גוט צו ווייזן פאר קינדער קליפס און ווידיאוס.


איר פרעגט נאר בנוגע דעם קינד, אויב מען זאל ווייזן קליפס וכו'; די פראגע דארף מען פרעגן אויך פאר די עלטערן, ווייל אויך פאר די טאטע מאמע איז נישט גוט צו ווייזן קליפס און ווידיאוס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.