בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר טהרה, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא קרית ברסלב
בנוגע מאכן קעמפ פאר די עלטערע קינדער; איך האב נישט חשק צו מאכן קעמפ, איך זע נישט די תועלת דערפון; מילא די קינדער פון שטאט - זיי דארף מען אוועק נעמען פון שטאט, די שטאט איז אזוי געפערליך, אבער די מיידלעך וואס וואוינען אין שטעטל - וואס פעלט אויס זיי אוועק צו נעמען פון שטוב? פארוואס זאלן זיי נישט לעבן ריכטיג, אמת'דיג? אזוי ווי עס שטייט (איכה ג, כז): "טוֹב לַגֶּבֶר כִּי יִשָּׂא עֹל בִּנְעוּרָיו", קינדער וואס העלפן די עלטערן אין שטוב - דאס איז גוט פאר זיי, דאס העלפט זיי שפעטער צו קענען נעמען די עול פון פירן א משפחה; די קינדער וואס מען לייגט נישט קיין עול אויף זיי אין די יונגע יארן - דאס איז נישט גוט, דאס קלאפט אויס שפעטער, מען וויל אנטלויפן פון די עול פון זיין א מאמע און אויפברענגען קינדער.
דורכן טאג קען מען מאכן א פראגראם; מען דאווענט, מען לערנט אביסל, מען שווימט, מען טאנצט, און די עלטערע וואס קענען העלפן - זיי זאלן טאנצן מיט די יונגערע קינדער, און פארנאכטס ווען די עלטערן דארפן הילף - זאלן אלע קינדער אהיים גיין העלפן, דאס דארף מען לערנען מיט די קינדער און זיי זאגן אז העלפן די מאמע און נעמען אויף זיך אן עול - איז נאר א טובה פאר זיך אליינס.
איך האב אבער א פראבלעם, עס זענען דא מיידלעך וואס ווילן יא גיין אין קעמפ, און זיי זאגן אז 'אויב איז נישטא אין ברסלב קעמפ - ווילן מיר גיין אין אנדערע קעמפס'; ביי דעם דארף איך אייער הילף, איר זאלט דאס דורכשמועסן מיט די מיידלעך, זיי פארשטיין געבן אז מען פארדינט גארנישט פון קעמפ, און אז מען בלייבט מיט אחריות, מען בלייבט אין שטוב העלפן די מאמע, און זיכער אז מען העלפט די מוסדות מיט וואס מען קען - דאס איז גוט פאר די עתיד פון די לעבן.
עס איז גוט מען זאל לערנען מיט די קינדער - יעצט אין די זומער וואכן - "פרקי אבות"; די טיטשערס זאלן אריינלייגן אין די קינדער מידות טובות, מען זאל רעדן צו די קינדער פון בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, און אז מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין ארויסצוגיין פון אלע שלעכטע מידות און שלעכטע תאות, ווייל דער עיקר איז - האבן גוטע מידות; מען קען זייער מצליח זיין, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות - מיט גוטע מידות, און אויב מען האט שלעכטע מידות - איז אזוי געפערליך, די גאנצע לעבן איז אזוי ביטער, מען איז פארשווארצט פון אנהייב ביזן סוף.
אז מען טראכט אריין זעט מען, אז זוכה זיין צו האבן גוטע מידות איז די שווערסטע זאך; מען קען לערנען, מען קען זיין א גרויסער למדן, און אפילו א מקובל - און מען האט נישט קיין מידות, מען שטעכט מענטשן, מען טוט וויי מענטשן, מען ווערט בכעס, און אז איינער רירט אן די כבוד קומט מען אן ביז רציחה ממש השם ישמרינו; איז וואס איז שוין ווערד דער מענטש מיט די למדנות וכו'? אז מען האט נישט קיין מידות האט מען גארנישט.
דעריבער יעצט ווען מיר ציילן די טעג פון ספירה, מיר גרייטן זיך צו קבלת התורה - איז דער מנהג צו לערנען פרקי אבות וואס רעדט פון תיקון המידות, ווי אזוי צו פאררעכטן די מידות, ווייל דאס איז די יסוד פונעם מענטש, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי נדרים ט, ד; שבת לא.): "זה כלל גדול בתורה", אכטונג געבן אויף אנדערע, נישט וויי טון אנדערע, און אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין פטור צו ווערן פון די שלעכטע מידות, בעיקר די געפערליכע שלעכטע מידה פון כעס, וואס דאס מאכט חרוב דעם מענטש, א כעסן פארלירט אלעס; און נאר מיט תפילה, דורך אסאך וויינען צום אייבערשטן, איז מען זוכה צו קומען צו אריכות אפים.
דאס דארף מען אויסלערנען קינדער פון קליינווייז אן, מען זאל נאכגעבן א צווייטן, מען זאל רחמנות האבן אויף א צווייטן, סיי די עלטערן און סיי די מחנכים דארפן זיך פארלייגן דאס אויסצולערנען, ווייל דאס איז פון די שווערסטע עבודות; קענען ארויסגיין פון די שלעכטע מידות און ווערן א גוטער מענטש, און דאס איז גרינגער אין די יונגע יארן. אזוי זאגט דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו (צעטל קטן, סימן טז), אין די יונגע יארן איז די בעסטע צייט צו אויסאיידלען און אויסרייניגן די מידות.
איך בעט אסאך דעם אייבערשטן פאר אייך איר זאלט מצליח זיין מיט בית פיגא, און מיר זאלן האבן די בעסטע טיטשערס וואס איז שייך פאר אונזערע קינדער און פאר אלע תלמידות, קיין איין תלמידה זאל נישט אוועק פאלן חס ושלום, אלע זאלן אויפשטעלן ערליכע אידישע שטיבער געבויט אויף די תורה.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.