בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מען קען נישט און מען טאר נישט קאנטראלירן די ווייב
שלום בית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיין ווייב וואס זי וויל גיין צו א רעבעצין וכו', אויסהערן אירע וכו'; וויסן זאלסטו, מען קען נישט און מען טאר נישט קאנטראלירן די ווייב, עס איז נישט שייך צו זאגן איך לאז דיך יא, איך לאז דיך נישט; מען קען שיין רעדן, זיך אויסשמועסן, און מיט תפילה און סבלנות איז מען זוכה צו זען א ישועה.


מוהרא"ש ברענגט א מאמר החכם: "מה שיעשה הזמן לא יעשה השכל", וואס די צייט וועט טון - קען די שכל נישט טון; לאז אפ דיין ווייב, פריי זיך זי האט דיר געלאזט פארן קיין אומאן, שטופ נישט, דו פיר זיך שיין מיט דרך ארץ, וועסטו זען ווי מיט די צייט וועט זי אויך באקומען א שטארקע געפיל צום רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.