בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מען קען נישט קומען ביי אונז אנגעטון בפריצות
צניעות, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען האט געזאגט פאר א פרוי זי זאל קומען בצניעות וכו' און זי האט זיך באליידיגט וכו' - זאל אייך עס נישט באדערן.


מען קען נישט קומען ביי אונז אנגעטון בפריצות; אז א פרוי קומט מיט קורצע ערמל דארף מען איר שיין זאגן: "דו דארפסט מכבד זיין אונזער פלאץ, קומען צו אונז מיט דרך ארץ".


אזוי אויך אז א פרוי קומט אין שול אנגעטון קורץ - דארף מען איר זאגן זי זאל אונז רעספעקטירן און קומען אנגעטון איידל. איך האב מיטגעהאלטן ווי מוהרא"ש זאגט פאר א אינגערמאן ער זאל זאגן פאר זיין ווייב זי זאל אהיים גיין פון שול, (עס איז געווען יום כיפורים אינמיטן תפילת שחרית), זיך אנטון א קלייד ביז נאך די קני; למעשה האט זיך דער אינגערמאן באליידיגט און אוועק געשלעפט זיין ווייב פון היכל הקודש; יעצט איז גארנישט געבליבן פון די משפחה, זיי האבן זיך גע'גט.


אז מען זאגט פאר פרויען שיינערהייט אז ביי אונז אין שול און ביי די צאמקום דארף מען קומען אנגעטון איידל - דאס מיינט נישט מרחק זיין, פארקערט; אויב מען זאגט גארנישט - וועט צעפאלן די שול, עס וועט צעפאלן די חבורה. ווייל נאר וואו עס איז דא צניעות - דארט איז דא די שכינה הקדושה, און אויב מען גייט אנגעטון (אויסגעטון) בפריצות - שטייט (דברים כג, טו) "כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ מִתְהַלֵּךְ בְּקֶרֶב מַחֲנֶךָ, לְהַצִּילְךָ וְלָתֵת אֹיְבֶיךָ לְפָנֶיךָ, וְהָיָה מַחֲנֶיךָ קָדוֹשׁ, וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דער אייבערשטער זאגט: איר זאלט זיך פירן הייליג, ווייל אויב איר וועט זיך פירן נישט צניעות'דיג - וועל איך אוועקגיין פון צווישן אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.