בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ויגש, ז' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי
יעצט אז דו זאגסט מיר ווי חשוב די בריוו איז ביי דיר, דו לייגסט עס אוועק און דו ליינסט עס כסדר איבער, עס איז דיר מחזק - וועל איך דיר שרייבן נאך בריוו.
איך האב זייער הנאה געהאט צו זען ביי דיר אין שטוב דיינע ספרים, ווי דו האסט שיעורים בכל התורה כולה. דו האסט מיר געוויזן אלע ספרים ביים סוף וואו דו שרייבסט אריין יעדע סיום, סיימתי עוד הפעם, סיימתי עוד הפעם וכו'; האסט מיר זייער מחי' געווען, ווייל דאס איז די גאנצע ציל מיט די ישיבה, אריינברענגען לימוד התורה, ווייזן א וועג פאר יעדן איינעם אז מען קען לערנען.
א רחמנות אויף מענטשן וואס ווייסן נישט פון דעם זיסן וועג; מען קען זיצן אין שטוב מיט א הויפן ספרים, לערנען און לערנען; מען שפירט די זיסע טעם פון די הייליגע תורה, מען ווערט נאנט צום אייבערשטן.
ווען מענטשן וואלטן ווען געוואוסט פון רבינ'ס דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו), אז מען קען לערנען אפילו מען פארשטייט נישט, מען קען לערנען די תורה גייענדיג אויף א סדר פון אנהייב ביז'ן סוף און נאכאמאל אנהייבן און ענדיגן און נאכאמאל אנהייבן - וואלטן אלע געלערנט און זוכה געווען צו אלע מדריגות, אבער היות מען ווייסט נישט פון דעם - לערנט מען נישט.
אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו.