בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א ריינע הארץ, א פארגינערישע הארץ, א ברסלב'ע הארץ
חסידות ברסלב, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א שאד אויף די פיינטשאפט צווישן ברסלב'ע חסידים, וואלטן מיר זיך ליב געהאט וואלטן מיר געקענט ברענגען די גאולה. וואס דארף מען זיך קריגן? וואס איז שלעכט אז עס איז דא כמה חבורות וכמה כיתות? דער רבי האט דאך בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיט): "אעשה מכם כיתות כיתות", איך וועל מאכן פון ענק גרופעס גרופעס; עס איז דאך אזוי שיין און זיס צו זען ווי יעדער האט זיך זיין נקודה ביים צדיק, פארוואס זאל מען זיך נישט ליב האבן? פארוואס זאל מען זיך נישט קענען ליידן?


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שם, סימן רצב): "די וועלט וועט זיך ווינדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס הערשט צווישן אייך", און מוהרא"ש זאגט, יעדן דיבור פון רבי'ן איז מקוים געווארן אבער דער דיבור נאכנישט; וויפיל האט מוהרא"ש געוויינט און געבעטן אז אין "היכל הקודש" זאל מען מקיים זיין דעם דיבור, מען זאל זיך ליב האבן, מען זאל זיך פארגינען איינער דעם צווייטן.


מען דארף אסאך שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל א גוטע הארץ, א ריינע הארץ, א פארגינערישע הארץ, א לב בשר, א ברסלב'ע הארץ"; ווי דער רבי זאגט (שם, סימן שלט), אז לעתיד לבוא וועלן אלע אידן זיין ברסלב'ע חסידים, אזוי ווי עס שטייט (יחזקאל לו, כו): "ונתתי לכם לב בשר".


איך בין אביסל פארנומען אין די טעג, מיין ווייב איז זיך געגאנגען אפרוען, איך בין יעצט מיט די קינדער סיי דער טאטע סיי די מאמע, איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.