בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - רעד צו דיינע טעכטער פון זיך אפשערן די האר נאך די חתונה
חינוך הילדים, חנוכה, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ביי די חנוכה לעכט זאלסטו רעדן צו דיינע קינדער, דיינע טעכטער - פון דאס גרויסקייט פון זיך אפשערן די האר נאך די חתונה, יעצט ווען זיי זענען נאך קליין - זאלסטו רעדן צו זיי, און יעצט ווען דו זיצט ביי די מנורה, ביי די הייליגע לעכט זאלסט שמועסן מיט זיי, דערצייל זיי ווי שיין עס איז ווען מען פאלגט א צדיק און די ברכות וואס מען איז זוכה צו באקומען אז מען שערט זיך אפ די האר.


אויך זאלסטו בעטן ביי די לעכט: "הייליגער באשעפער העלף מיר מיינע טעכטער, מיינע דורות - זאלן אלע זיין הייליג, אלע זאלן גיין בדרך צדיקים, אלע זאלן זיך אפשערן די האר נאך די חתונה מיט שמחה, און זיך נישט לאזן פארפירן פון די בייזע ווינטן וואס בלאזן ביי אידישע קינדער"; ווייל מיר האבן אזויפיל געהערט פון מוהרא"ש די ווערטער פון זוהר אז אין דעם שטוב וואו מען שערט זיך נישט וועט הערשן עניות און דחקות, פון דעם שטוב וועט שוין קיין גוטע קינדער נישט ארויסקומען, אין דעם שטוב וועט נישט זיין קיין ברכה וכו' וכו'. דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה' דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיך געפינען אין איר שטוב, 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.


ביי די לעכט זאלסטו זיך אויסוויינען צום אייבערשטן אז דיין ווייב און דיינע דורות זאלן האבן אמונת חכמים, פאלגן די צדיקים; אז מען פאלגט און מען גייט אין די וועגן פון צדיקים דערלייגט מען נישט, מען שפארט זיך איין אזויפיל פראבלעמען, מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: "מען וואלט געקענט איינשפארן אסאך צרות און יסורים וועגן דאס ביסל האר, אבער וואס זאל מען טון אז מענטשן זענען ענדערש גרייט צו ליידן ווי זיך אפשערן".


עס זענען דא וואס זאגן אז ענדערש זאל מען גיין מיט א טיכל און מיט די אייגענע האר ווי צו גיין מיט א שייטל, אבער אלע צדיקים פונעם פריערדיגן דור האבן געזאגט: "ענדערש גיין א שייטל און זיך אפשערן, ווי איידער גיין מיט צען טיכלעך און גיין מיט די אייגענע האר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.