בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי
עס איז זייער גוט די שמועסן וואס דו מאכסט אויפן האט-ליין "קול ברסלב", וואו דו ברענגסט ארויף אינגעלייט זאלן דערציילן זייער סיפור התקרבות; איך וויל אבער באמערקן א קלייניקייט, עס איז שענער ווען מען רעדט נאטירליך, זוך נישט נאכצומאכן די וועג ווי אנדערע געבן אינטערוויוס, נאכמאכן האט נישט קיין טעם, און דאס אריינהאקן מיט קינדערישע אויסדרוקן, און דאס רעדן צו עלטערע כאילו זיי זענען יונגער וכו' – איז נישט ריכטיג; ענדערש רעדט נאטירליך, זיי 'דו' ביים רעדן, און די אנדערע וואס געבן שמועסן זאלן אויך זיין נאטירליך.
אזוי ווי א מלמד פאר קליינע קינדער דארף בלייבן רעדן זיין וועג און נישט נאכמאכן די טעותים ווי אזוי די קליינע זאגן, ביז מיט די צייט הייבן די קינדער אן רעדן דערוואקסן, נישט דער מלמד הייבט אן רעדן ווי זיי.
יעצט קומט חנוכה, די יום טוב פון דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון רבי'ן, פון גיין התבודדות און וויינען צום אייבערשטן: "טאטע איך וויל זיין ערליך, איך וויל דיך דינען, איך גיי שוין זיין גוט"; וויפיל דארפן מיר לויבן און דאנקען אז מיר האבן א רבי וואס ברענגט אונז צום אייבערשטן, א רבי וואס שטארקט אונז און מוטיגט אונז נישט אויפצוגעבן.
איך האב דיך זייער ליב.