בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - רעד צו די קינדער פון קדושה מיט אן עזות דקדושה
קדושה, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד צו די קינדער פון קדושה, רעד מיט עזות דקדושה, ראטעווע דיינע תלמידים זיי זאלן וויסן ווי זיך צו היטן פון משחיתים.


בנוגע וכו'; זאלסט אנרופן די עלטערן דערציילן וואס גייט פאר, וואס דער קינד דערציילט, אז די קאזין די מיידל פון אכצן יאר - נעמט די קינדער און טוט מיט זיי עבירות רחמנא לצלן, זי באצווינגט קינדער ווען זיי קומען ביי זיי אין שטוב השם ישמרינו. רוף די עלטערן, און אויב דער קינד זאגט מען טוט גארנישט - זאלסטו רופן די פאליציי, שטעל זיך ארויס צו ראטעווען דעם קינד.


וואס זאל איך דיר זאגן, איך בין יעצט אהיים געקומען פון ארץ ישראל; וואס איך האב דארט צאמגעהערט פון בחורים וואס לערנען אין ישיבות, וואס איז כלומר'יש די בעסטע פון די בעסטע, ווי פארדארבן די בחורים זענען צווישן זיך, ווי עס איז דא מעשי תועבה השם ישמרינו. די בחורים וויינען: "קיינער האט אונז נישט געזאגט, קיינער האט אונז נישט געלערנט אז אויב איינער וויל אנרירן זאל מען שרייען און אנטלויפן", זיי וויינען: "וואס זענען מיר שולדיג?"


על כן זאלסטו רעדן צו די קינדער פון קדושה, רעד קלאר, זאג נאך די ווערטער וואס שטייט דא: "קיינער קען זיך נישט שפילן מיט דיין קערפער", "קיינער קען דיך נישט אנרירן אויף פריוואטע פלעצער", "קיינער קען דיך נישט נעמען אין זייער בעט", "אז דו גייסט צו א פעטער, מומע, קאזין, זיידע, באבע, דארפסטו וויסן אז קיינער קען דיך נישט רופן אין א פריוואטע צימער און דיך אנרירן אונטער די קליידער, אדער דו זאלסט אים אנרירן אונטער די קליידער", רעד צו זיי אויך פון זיין הייליג, אז "מען טאר זיך נישט אנרירן ביים אות ברית קודש", פארוואס טאר מען נישט אנרירן? "ווייל אזוי זאגט דער אייבערשטער"; די ווערטער זאלסטו זאגן מיט פייער, און רעד צו די קינדער פון שכר ועונש, פון די ברענעדיגע גיהנום און אויך פון תשובה.


איך פאר היינט קיין לעיקוואד געבן א שיעור פאר מלמדים און מחנכים, איך מוז מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.