בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
שבת איז געווען זייער שיין אין ישיבה, מיר האבן געלערנט ביי ספורי מעשיות די מעשה פונעם בעל תפילה (ספורי מעשיות, מעשה יב), פון די נארישע כיתות, יעדער מיט זייערע סברות, און פון די כתה פונעם דברן, דער וואס רעדט צו זיך אליין וכו'; מיר האבן זיך זייער מחזק געווען צו ניצן דעם דיבור פאר גוטע זאכן, צו מחזק זיין אנדערע, און זיכער טאטע מאמע, און כל שכן די ווייב.
מיר האבן גערעדט פון וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים מט:), מען זאל נישט נעמען אן איידעם אן עם הארץ, ווייל ער פירט זיך אויף ווי א לייב וואס איז "דורס ואוכל, ואין לו בושת פנים", אזוי אויך דער עם הארץ "אין לו בושת פנים", און ווי דער רבינו תם לערנט פשט (תוספות שם, דבור המתחיל 'מה ארי דורס ואוכל'), דער עם הארץ איז נישט מפייס, ער בעט נישט איבער, ער געבט געבט נישט גוטע ווערטער; מיר האבן זיך מחזק געווען אז דאס איז דער אונטערשייד פונעם ערליכער איד און דער עם הארץ, דאס רעדן שיינע ווערטער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עירובין ק:), רבי יוחנן זאגט, ווען נישט די תורה וואלטן מיר זיך געלערנט דרך ארץ און איידלקייט פונעם הינדל, "שמפייס", וואס רעדט שיינע ווערטער; זעט מען אז דאס איז דרך ארץ, דאס איז קדושה – דאס מפייס זיין, און נישט ווי די וואס מיינען אז מען ווערט מער דורכדעם וואס מען לויפט אוועק פון שטוב, מען אנטלויפט קיין מירון וכדומה, נאר דאס רעדן שיינע ווערטער; דאס איז דער חילוק פונעם עם הארץ און להבדיל די דרך התורה.
ברודער אנטלויף פון די וועג פון פרישות, וואס זעט אויס אזוי דערהויבן, און נאכדעם פאלט מען אין עבירות רחמנא לצלן כידוע, לערן הלכה, היט הלכה; אזוי וועסטו זיין אפגעהיטן, אבער לייג נישט צו.
איך וואלט ווען געדארפט מאריך זיין, אבער עס איז נישט שייך.