בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - שאפן געלט צו ארויפבויען א שטאק פאר די מוסדות
צדקה, מוסדות, אינוועסטמענט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די מוסדות און די קהילה מיט די רענט קאמפיין, דער אייבערשטער זאל העלפן בזכות וואס דו העלפסט מיר אזוי געטריי זאלסטו האבן אלעס גוטס.


יעצט וויל איך דיר בעטן אויב דו קענסט מיר העלפן שאפן א מיליאן דאלער, מיר גרייטן זיך ארויף צו בויען נאך א שטאק אויף די בנין אין טשעסנאט, ווייל מיר האבן נישט קיין פלאץ צו גיין ווייטער מיט די חדר.


עס איז כדאי זאלסט נעמען צוואנציג אינגעלייט וואס זיי ווילן געבן, יעדער איינער פון זיי – פופציג טויזנט דאלער פאר א זכות, אן אייביגע זכות, וואו קינדער וועלן לערנען און דאווענען.


רעד צו דיין שותף ... און ענק ביידע זאלן אריינטאנצן אין די מצוה פון העלפן שאפן געלט פאר די חדר. זאג פאר די אינגעלייט בשמי אז עס איז די בעסטע אינוועסטמענט, נאר די געלט וועט בלייבן, אלעס אנדערש איז דמיונות, און אנשטאט קויפן נאך א הויז און נאך א הויז זאלן זיי מיר העלפן בויען מוסדות פאר אונזערע קינדער, אונזערע דורות.