בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד הבחור ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.
א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר; בפרט יעצט ווען דו האסט זיך אונטער גענומען מיר צו העלפן איך זאל ארויס גיין פון מיינע חובות וואס איך האב פון אומאן. געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב שוין אפגעצאלט א טייל חובות, און אויך האב איך געשיקט היינט קיין אומאן נאך געלט צו ענדיגן דעם בנין.
די צוויי שבתים וואס דו האסט געמאכט פאר די בחורים וואס העלפן די ישיבה איז זייער שיין געווען, און איך האב הנאה צו הערן אז יעצט מאכסטו א שבת פאר יונגעלייט. וויל איך דיר בעטן דו זאלסט אכטונג געבן אז עס זאל נישט ארויס קומען קיין שלעכטס דערפון און קיינער זאל נישט ווערן באליידיגט. די תלמידים דארפן פארשטיין וואס דו טוסט, אז דאס איז פשוט צו קענען שאפן יעצט נאך געלט צו קענען ענדיגן דעם בנין.
איך האב זייער ליב מיינע תלמידים - יעדן איינעם פון זיי; איינער וואס לערנט מיט תלמידים וועט פארשטיין אביסל וואס דאס מיינט 'תלמידים', אויך נישט אינגאנצן ווייל נישט אלע וואס האבן תלמידים זיצן מיט תלמידים א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט אן קיין שום זייטיגע חשבונות וכו'.
געלויבט דעם אייבערשטן אז יעצט איז שוין איבער צען יאר וואס איך זיץ מיט בחורים פון אינדערפרי ביז אויפדערנאכט און איך באקום נישט קיין געהאלט פון די ישיבה, איך דארף נישט קיין געלט פון די ישיבה און עס איז סיי ווי נישט דא קיין געלט פון וואו צו נעמען.
איך בין געזיצן יארן מיט דיין ברודער ... נרו יאיר און מיט דיין שוואגער ... נרו יאיר; זיי וועלן דיר דערציילן וואס עס מיינט א ראש ישיבה. היינט בין איך שוין צעשניטן אויף עטליכע פראקציעס, הגם די גרעסערע טייל איז פאר די בחורים, איין טייל פאר די חדר, איין טייל פאר די סקול, איין טייל פאר קאפלס, שלום בית, כולל, וכו' וכו'; אבער דעמאלט זענען מיר געווען פיר און צוואנציג שעה אינאיינעם.
עס איז כדאי דו זאלסט שמועסן מיט זיי און הערן און אראפשרייבן וואס זיי דערציילן ווי אזוי מען האט געבויט דעם הייליגן פלאץ; דאס האט מען געבויט מיט בלוט נישט מיט קיין געלט.
דעריבער וויל איך נישט חס ושלום אז תלמידים זאלן מיינען אז דאס איז נאר פאר געוויסע יונגעלייט; זיי מודיע וואס דו ווילסט אויפטון און עררייכן מיט דעם שבת, אז דו ווילסט פשוט העלפן מיר זאלן ארויס גיין פון חובות. ווייל אז דו מאכסט זיך א חשבון וועסטו זען אז יעדער יונגערמאן - כמעט יעדער, רובם ככולם זענען בעלי מסירות נפש, זה בכה וזה בכה. איינער העלפט דעם כולל, איינער העלפט די מוסד מיט די שטאטישע פראגראמען, איינער נעמט צוזאם די רענט, איינער קאכט אין אומאן, דאס אליינס איז שווערע טויזנטער דאללער.
איך האב שוין גערעדט מיט דיר אמאל אז מען דארף מאכן א שבת פאר אלע וואס העלפן, איז אויסגעקומען אז עס איז נישט שייך צו מאכן א קליינע שבת ווייל יעדער טוט עפעס.
דעריבער בעט איך דיר זאלסט אכטונג געבן אז עס זאל זיין שלום אין אונזערע ד' אמות; מען זאל זיך פארגינען און ליב האבן איינער דעם אנדערן. אמת, עס איז זייער שווער צו ארבעטן מיט מענטשן ווייל יעדע איינער האט זיין דעה און זיין מיינונג, אבער דא איז אנדערש, ווייל אלע ווילן מיר נאר איין זאך: אריין ברענגען די עצות פון רבי'ן אין יעדע אידישע הארץ און אין יעדע אידישע שטוב, עס זאל זיין: "וְיֵדַע כָּל פָּעוּל כִּי אַתָּה פְּעַלְתּוֹ", יעדער איד זאל וויסן פון די זיסע עצה פון התבודדות, יעדער איד זאל וויסן אז ער האט נאך א תקנה, ממילא קענען מיר ארבעטן אינאיינעם אפילו מיר האבן אנדערע מיינונגען וכו'.
ווארט נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין זיווג; איך בין גארנישט באזארגט פאר דיין שידוך, עס איז ביי מיר קלאר אן קיין ספק אז נאך אביסל וועט דיר דער אייבערשטער העלפן.