בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת ויקרא-זכור, ט' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך שרייב דיר דעם בריוו אינעם ארמון האטעל. וואס טראכסטו, פארוואס מאך איך דעם שבת? פארוועם? עטליכע אינגעלייט האבן מיר געפרעגט: "ראש ישיבה, וואס? פארוועם? פארוואס?"
מוהרא"ש האט מיר אויסגעלערנט איך זאל קיינעם נישט אפגעבן דין וחשבון, נאר פאר'ן בורא כל עולמים; מוהרא"ש האט מיר כמה וכמה פעמים געבעטן בלשון בקשה: "איך בעט דיר, דארפסט קיינעם נישט זאגן פארוואס דו טוסט אזוי און אזוי".
דיר זאג איך אויס איינע פון די סיבות פונעם שבת, דער שבת האב איך געמאכט פאר דיינע קינדער און פאר נאך אנשי שלומינו - פאר זייערע קינדער. מיר איז גרינגער צו בלייבן אין שטוב, איך שטעל זיך פאר אז דיר איז אויך גרינגער צו בלייבן אין שטוב; איך וויל אז דיינע קינדער זאלן ווערן איינגעבאקן ביים רבי'ן. מיר האלטן יעצט ביי די צענטע שבת התוועדות; אנגעהויבן האט זיך עס מיט פיר משפחות, יעצט האלט עס ביי דריי הונדערט משפחות; ווי עס זעט אויס וועט מען שוין נישט קענען מאכן נאך א שבת התוועדות פאר די גאנצע קהילה, קומענדיגע שבתים וועט שוין זיין צעטיילט, לויט ווי עס צואוואקסט זיך, וויפיל מענטשן ווערן מקורב - בלי עין הרע.
דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רט): "אייערע קינדער זאלט איר לאזן וויסן וואס דא האט זיך געטון", רבי נתן שרייבט: "דער רבי האט עס געזאגט מיט א רתת וזיע, מיט א פלאם און א ציטער"; ברוך השם, זייט די ישיבה האט זיך געעפנט, זייט מיר האבן די חדר, די סקול בית פיגא - זענען אונזערע קינדער איינגעבאקן ביים רבי'ן, זיי לעבן מיט'ן רבי'ן.
די וואך איז געווען א בר מצוה אין ישיבה, דער בר מצוה אינגל האט מסיים געווען גאנץ ש"ס תלמוד בבלי; אלע זענען געשטאנען מיט אפענע מיילער, די גאנצע משפחה, זיי האבן אזוינס נאכנישט געהערט און נישט גע'חלומ'ט.
קומענדיגע וואך פאר איך אין שטעטל פאר א סיום הש"ס, א אינגל וואס האט נישט לאנג צוריק בר מצוה געהאט - האט מסיים געווען ש"ס, דאס איז אלעס נאר פון דעם דיבור וואס דער רבי האט געזאגט: "אייערע קינדער זאלט איר לאזן וויסן וואס דא האט זיך געטון"; דאס איז איינע פון די סיבות פונעם שבת התוועדות און אין איינוועגס קענען מיר שוין אויך פון פריש מקורב ווערן.