בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
זע צו מאכן שיינע שבת'דיגע סעודות, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זיין א גאנץ שבת פרייליך, ווייל א גאנצע וואך ביסטו נישט אין שטוב, עס איז דא נעכט וואס דו גייסט נישט אהיים, דו שלאפסט אין דיין קאר וכו', דיינע קינדער זעען דיך נישט, און שבת ווען דו קומסט אהיים קומט דער סמ"ך מ"ם און מאכט דיך פשוט משוגע, דו ווערסט נערוועז, דו גייסט אריין אין א מרה שחורה וכו', דיינע קינדער האבן נישט קיין טאטע השם ישמרינו.
שבת זאלסטו נאר זיין פרייליך, זאלסט זינגען און טאנצן, עס זאל דיר גארנישט אנגיין, אפילו חינוך זאלסטו נישט טון; ווייל מען קען נישט אהיים קומען איין מאל א וואך און זיין דער שרעקעדיגע טאטע וואס שרייט...
אז דו ווילסט מחנך זיין דיינע קינדער זאלסטו אהיים גיין אינמיטן די וואך זיי מחנך זיין וכו', שבת זאל זיין נאר א טאג פון שמחה, פון פרייד, א טאג פון דערציילן מעשיות פון צדיקים, פון זינגען זמירות, פון טאנצן: "שבת איז די בעסטע מתנה!"