בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - שובבי"ם פאר מיידלעך
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע, וואס האט שובבי"ם מיט מיידלעך? די הייליגע צדיקים האבן געזען און געוואוסט וואס טוט זיך אין די הויכע הימלען, ווען עס זענען די צייטן וואס מען קען זיך גרינגער דערנענטערן צום אייבערשטן און אפלאזן אלע נארישקייטן, זיי האבן אונז אנטפלעקט א גרויסע סוד, אז די זעקס וואכן פון פרשת שמות, וארא, בא, בשלח, יתרו און משפטים (און אין אן איבער-יאר נאך צוויי וואכן, תרומה און תצוה) - איז א צייט וואס מען קען גרינגערהייט ווערן נאנט צום אייבערשן און אלעס פאררעכטן.


דערפאר איז אין די צייט א פאסיגע געלעגנהייט פאר יעדן איינעם פון גרויס ביז קליין - צו זאגן תהלים, זאגן תהלים ברענגט צוריק דעם מענטש צום אייבערשטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו', ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון, זאל זאגן תהלים; ווייל באמת וויל יעדער איד זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה, עס זענען דא מענטשן וואס האבן בכלל נישט קיין שום התעוררות תשובה צו טון, און אפילו דער וואס האט שוין יא א התעוררות תשובה צו טון, ווייסט נישט וואס צו טון זוכה זיין צו תשובה, און אפילו דער מענטש וואס האט יא א התעוררות תשובה צו טון און ווייסט וואס מען דארף טון צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער די חיזוק און עידוד אנצוגיין און נישט ווערן צעבראכן וכו' וכו'; זאגט דער רבי, אויב דער מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו ער האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט ער אבער נתעורר תשובה צו טון דורכדעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און ער קען אנגיין מיט א מורא'דיגע שטארקקייט וכו', ביז ער איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


זאלסטו זאגן יעדן טאג קאפיטלעך תהלים און ביים זאגן די פסוקים זאלסטו אריינפלעכטן אייגענע לויב ווערטער און בקשות אין דיין שפראך, דאס וועט אייך ברענגען צו ווערן א צדיקת.


זעט צו פאלגן די בית פיגא טיטשערס און אויסהערן אלעס וואס זיי לערנען מיט ענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.