בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די שוועריקייט צו זיין א גבאי אין שול
הדרכות, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, י"ג מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך פארשטיי דיך זייער גוט אז דו האסט מער נישט קיין כח צו זיין גבאי ביי אונז אין שול, דו קענסט נישט נעמען די וועג ווי אזוי מען רעדט וכו' וכו'; דאך וויל איך דיר בעטן זאלסט קוקן מיט רחמנות אויף אנשי שלומינו, דן זיין יעדן איינעם לכף זכות. למשל דער אינגערמאן וואס האט דיך אפגעזידלט וכו'; וואלסטו געוואוסט וואס אויף אים גייט אריבער, ווי ער ליידט, זאכן וואס איך קען נישט דערציילן השם ירחם - וואלסטו גאר אנדערש געטראכט און געקוקט אויף אים, און אזוי אויך דער אינגערמאן וואס האט וכו' וכו'; וואלסטו געוואוסט זיין עבר פון וואו ער קומט און וואס איז אויף אים אריבער אין זיינע יונגע יארן - וואלסטו אים נאר געשוינט, עס וואלט דיר נישט געשטערט די גאנצע מעשה. נישט אז דאס בארעכטיגט זיי חס ושלום, מיר טוט וויי די מעשיות, מיר שטעכט די מעשיות אין הארץ.


וואס זאל איך זאגן, ווי אזוי איך בין דא אריינגעדרייט געווארן אין מיין גבאות; איך בין בכלל נישט געקומען קיין ברסלב צו זיין א גבאי, צו זיין א מאן דאמר, איך בין געקומען קיין ברסלב ווייל איך האב זייער געוואלט זיין אן ערליכער איד, און איך וויל נאכאלץ זיין אן ערליכער איד. נאכדעם בין איך געווארן א מלמד, נאכדעם א מנהל אין א ישיבה, שפעטער האט מיר מוהרא"ש געזאגט איך זאל רעדן צו מיינע תלמידים פון תכלית, פון סדר דרך הלימוד, און פארשטייט זיך מען האט מיך ארויסגעווארפן פון דארט. דעמאלט האט מוהרא"ש מיר געזאגט עפן אליין א ישיבה, און שפעטער האט מוהרא"ש געזאגט לערן מיט חתנים, און נאכדעם לערן מיט אינגעלייט, און אזוי טרעף איך מיך זיין פארנומען מיט קהל, און איך זאג דעם אייבערשטן אז אוועקגיין קומט נישט אין באטראכט, ווייל איך וועל אנהאלטן וואס מוהרא"ש האט מיר געבעטן.


איך זאג דיר נישט וואס צו טון, בפרט ווען עס טרעט דיר צו צום געזונט; דו ביסט אן איידעלער, דו קענסט נישט נעמען די פראסטע וועג ווי מען רעדט און מען שרייט וכו' וכו', (איך קען עס נאך מער נישט נעמען), אפשר זאלסטו יא אפלאזן, איך זאג דיר נאר א וועג ווי אזוי מען דארף קוקן אויף מענטשן, מען דארף קוקן מיט רחמנות, מיט די אויגן וואס צדיקים האבן, און פון די אנדערע זייט דארף מען זיין זייער שטארק, מען דארף פירן די שול אויף די ריכטיגע וועג, נאר נישט ווערן אויס ווען איינער זאגט עפעס וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.