בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#80 - די שוועריקייט צו זיין א גבאי אין שול
הדרכות, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, י"ג מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך פארשטיי דיך זייער גוט אז דו האסט מער נישט קיין כח צו זיין גבאי ביי אונז אין שול, דו קענסט נישט נעמען די וועג ווי אזוי מען רעדט וכו' וכו'; דאך וויל איך דיר בעטן זאלסט קוקן מיט רחמנות אויף אנשי שלומינו, דן זיין יעדן איינעם לכף זכות. למשל דער אינגערמאן וואס האט דיך אפגעזידלט וכו'; וואלסטו געוואוסט וואס אויף אים גייט אריבער, ווי ער ליידט, זאכן וואס איך קען נישט דערציילן השם ירחם - וואלסטו גאר אנדערש געטראכט און געקוקט אויף אים, און אזוי אויך דער אינגערמאן וואס האט וכו' וכו'; וואלסטו געוואוסט זיין עבר פון וואו ער קומט און וואס איז אויף אים אריבער אין זיינע יונגע יארן - וואלסטו אים נאר געשוינט, עס וואלט דיר נישט געשטערט די גאנצע מעשה. נישט אז דאס בארעכטיגט זיי חס ושלום, מיר טוט וויי די מעשיות, מיר שטעכט די מעשיות אין הארץ.


וואס זאל איך זאגן, ווי אזוי איך בין דא אריינגעדרייט געווארן אין מיין גבאות; איך בין בכלל נישט געקומען קיין ברסלב צו זיין א גבאי, צו זיין א מאן דאמר, איך בין געקומען קיין ברסלב ווייל איך האב זייער געוואלט זיין אן ערליכער איד, און איך וויל נאכאלץ זיין אן ערליכער איד. נאכדעם בין איך געווארן א מלמד, נאכדעם א מנהל אין א ישיבה, שפעטער האט מיר מוהרא"ש געזאגט איך זאל רעדן צו מיינע תלמידים פון תכלית, פון סדר דרך הלימוד, און פארשטייט זיך מען האט מיך ארויסגעווארפן פון דארט. דעמאלט האט מוהרא"ש מיר געזאגט עפן אליין א ישיבה, און שפעטער האט מוהרא"ש געזאגט לערן מיט חתנים, און נאכדעם לערן מיט אינגעלייט, און אזוי טרעף איך מיך זיין פארנומען מיט קהל, און איך זאג דעם אייבערשטן אז אוועקגיין קומט נישט אין באטראכט, ווייל איך וועל אנהאלטן וואס מוהרא"ש האט מיר געבעטן.


איך זאג דיר נישט וואס צו טון, בפרט ווען עס טרעט דיר צו צום געזונט; דו ביסט אן איידעלער, דו קענסט נישט נעמען די פראסטע וועג ווי מען רעדט און מען שרייט וכו' וכו', (איך קען עס נאך מער נישט נעמען), אפשר זאלסטו יא אפלאזן, איך זאג דיר נאר א וועג ווי אזוי מען דארף קוקן אויף מענטשן, מען דארף קוקן מיט רחמנות, מיט די אויגן וואס צדיקים האבן, און פון די אנדערע זייט דארף מען זיין זייער שטארק, מען דארף פירן די שול אויף די ריכטיגע וועג, נאר נישט ווערן אויס ווען איינער זאגט עפעס וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#79 - דער בית המדרש זאל זיין אנגעפילט פארטאגס
שטעטל, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין מיט אנשי שלומינו גאנץ חודש תשרי, עס איז געווען הערליך שיין אין שטעטל. געב איבער א גרויסן יישר כח פאר אלע גבאים פארן אהער שטעלן אזא שיינעם יום טוב.


איך וויל בעטן די גבאים מען זאל מאכן א גרויסן שטארקן דשענערעיטער אויב עס פאסירט א קורצשלוס. איך האב געזען ערב די צווייטע טעג, עס האט פאסירט א קורצשלוס און מענטשן זענען געגאנגען אין מקוה מיט קליינע קינדער; עס איז א גרויסע סכנה, איך וויל נישט טראכטן וואס קען פאסירן אויב א קינד איז אין בור און האלט זיך אינמיטן טובל'ן און עס פאסירט נאכאמאל. איך וויל ענק זאלן דאס שוין באשטעלן און צוגרייטן, איך וועל שאפן די געלט פאר דעם, אבער מאכט נישט מיט א צומצום, מאכט עס זאל זיין גרויס און שטארק, אז די גאנצע בנין זאל קענען אנגיין; סיי די מקוה, סיי די שול און סיי די כולל.


אויך דארף מען איבערבייטן די בענק מיט די בענקלעך פונעם נייעם שול, די בענק פאלן כסדר אראפ, עס פאלט אויף די קינדער, און די בענקלעך מאכט א גרויסע רעש, עס שטערט דאס דאווענען מיט דאס ליינען.


אויך וויל איך וויסן אויב מיר קענען צוריק באנייען די כולל בוקר, אנהייב שטעטל ווען די בית המדרש איז געווען אונטער אברהם משה'ס הויז האבן מיר געהאט א כולל בוקר פאר אינגעלייט וואס קומען לערנען פון זעקס אזייגער ביז זיבן אזייגער, א שעה פארן דאווענען, איך וויל באנייען די כולל בוקר, איך האב אזא גליסטעניש אז די בית המדרש זאל זיין אנגעפילט פארטאגס וואו אלע וועלן קובע זיין לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, ח"י פרקים משניות, יום תהלים און אסאך בלעטער גמרא און הלכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#78 - זייער אכטונג געבן אויף די געפילן פון אנדערע
גבאי, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ב אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש דחסידי ברסלב


דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט אין די תפילה קודם התפילה: "וְשֶׁנְּדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵרוֹ בַּדֶּרֶךְ הַיָּשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶיךָ", הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל רעדן צו אנדערע שיין, הארציג, געפיליש; דאס איז א שיינע תפילה אויף וואס מיר דארפן אסאך בעטן ביים אייבערשטן.


ווער רעדט נאך א גבאי, א מנהל, א חבר הנהלה, און זיכער א רב, ראש ישיבה; דארף זייער אסאך בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רעדן שיין, ווייך און הארציג; מען זאל אכטונג געבן אויף די געפילן פון אנדערע, און אפילו אן כוונה, בשוגג ובאונס – זאל קיינער נישט ווערן וויי געטון.


איך ווייס עס איז נישט גרינג, א גבאי דארף האלטן סדר, א מנהל דארף פירן די חדר, א חבר הנהלה דארף אכטונג געבן די קהילה זאל זיך פירן ריכטיג וכו' וכו', אבער עס איז נישט קיין תירוץ צו רעדן אן געפילן, מענטשן ווערן זייער וויי געטון.


וואס וואלטן מיר געטון אנעם רבי'ן, אנעם רבי'ן זענען מיר פארלוירן, אבער מיט די עצה פון רבי'ן, פון זיך מתבודד זיין, בעטן דעם אייבערשטן אן אויפהער.


דער בריוו האב איך געשריבן פאר מיר, איך טראכט אז דו וועסט ווערן מחוזק פון דעם, שיק איך דיר דאס.

#77 - ווען מען זאגט עס פאר א צווייטן, קנאקט עס צוריק
משמש דעם רבי'ן, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך טראכט צו קומען צו ענקער געגנט אויף שבת פרשת שופטים, מחזק צו זיין די אלע משפחות פון די געגנט וואס האבן נישט מיטגעהאלטן במשך די זומער וואכן די באטע מיט סיפורי מעשיות און שלש סעודות; לאז מיר וויסן אויב דו מיט די אנדערע גבאים ווילן דאס, און אויב ענק קענען צושטעלן אלעס וואס פעלט זיך אויס.


שטארק זיך מיט דיין עבודת השם, מיט תורה תפילה און מיט משמש זיין דעם רבי'ן, ברענג אריין א חיות אין אנשי שלומינו, דאס וועט דיך ברענגען צו גדלות המוחין. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפד; שיחות הר"ן, סימן צט), אן עצה צו קומען צו גדלות המוחין – מען זאל רעדן דבורי התחזקות מיט אנדערע, דאס איז א סגולה צו אליין ווערן מחוזק, עס איז א סגולה זאך, נישט קיין שכל, ווייל אז מען וועט זיך אליין זאגן די זעלבע ווערטער וועט עס נישט אויסמאכן, און ווען מען זאגט עס פאר א צווייטן – קנאקט עס צוריק און עס איז אים אליין מחי'.

#76 - קום אין שול מיט א ווילן צו העלפן בויען די שול
רעדן, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


אז די גבאים בעטן דיר צו רעדן ביי שלש סעודות וכדומה – זאלסטו נישט אפזאגן, ווייל עס איז א קלארע הלכה (אורח חיים סימן נג, סעיף טז; מג"א סקי"ז): "אין מסרבין לגדול", ווען א גרויסער מענטש, א חשוב'ער מענטש שיקט צו צום עמוד, אדער דאס גלייכן, טאר מען נישט אפזאגן, און ביים רבינ'ס שול זענען די גבאים שלוחים פון רבי'ן, זיי זענען משמש דעם רבי'ן; איז דאס א בחינה פון "אין מסרבין לגדול".


קום אין שול מיט א ווילן צו העלפן בויען די שול, העלפן בויען דעם רבינ'ס זאך; איז דאס מיטן דאווענען פארן עמוד, איז דאס מיט רעדן, איז דאס מיט אנגרייטן, רייניגן וכו' וכו', און קיינמאל זאלסטו נישט שטיין פון דער זייט וכו', און נישט מסרב זיין וכו'.

#75 - די שול זאל זיך פירן נארמאל
דרך ארץ, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת פנחס, מברכין אב, כ"ב תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש קרית ברסלב, רחוב ירושלים


זע עס זאל זיין דרך ארץ אין שול, די שול זאל נישט זיין א פלעי גראונד און א פלעי גרופ, מען זאל נישט אריינברענגען אין שול קיין קערידזשעס און בייקס.


עס איז זייער שיין אז אינגעלייט ווילן העלפן אין שטוב, זיי נעמען ארויס די פיצלעך קינדער, זיי בעבי-סיטן; זייער שיין, זייער וואויל, אבער נישט אין שול. די שול איז נישט קיין פלאץ פאר דעם, אויך זאלסטו זען אז די מתפללים זאלן קומען אנגעטון מיט דרך ארץ ווי עס פאסט פאר א שול, לאז נישט קומען מיט קלות ראש, א שול איז נישט קיין מקוה, און נישט קיין פארוויילונגס ארט.


פארשטייט זיך זאלסט רעדן שיין און איידל, אבער עס מוז זיין דרך ארץ, עס מוז זיין א פנים פון א שול. ענקער שול איז אויף רחוב ירושלים, זאלסטו זיך לערנען פון די גבאים אין ירושלים, ווי זיי פירן א הערליכע שול מיט אזויפיל ליבשאפט און די זעלבע צייט שטארק אין א פארעם.


איך האב באקומען א בריוו פון א אינגערמאן מלא טענות, היתכן מען האט אים געזאגט יום טוב שבועות ביינאכט אין ירושלים שול אז ער קען נישט קומען מיט א ווייסע קאפל (מען רעדט נישט פון די וואס גייען קאפטענעס מיט ווייסע קאפלעך), ער טענה'עט, היתכן, ער האט זיך געוואלט שפירן דערהויבן, האט ער זיך אנגעטון א ווייסע קאפל און דער גבאי זאגט אים: "ר' איד, היינט איז נישט פורים, אדער טו אן א שווארצע קאפל, אדער גיי צו די עכטע פליטעס"; דער בריוו האט מיך אזוי פרייליך געמאכט, צו זען אז ענדליך האבן מיר א שול וואו די גבאים פארשטייען וואס איך וויל און וואס מוהרא"ש האט געוואלט, עס זאל זיין מיט דרך ארץ, און נישט משונה קרן.


הענג אויף די בריוו ביי ענק אין שול, און שטיי שטארק מיט געפיל און זיכערקייט אז די שול זאל זיין נארמאלע ד' אמות.

#74 - א שאד זיך אויפצועסן, רעד זיך דורך מיט'ן גבאי
כשרות, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר, לאנדאן


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו וועסט רעדט צום גבאי, אים בעטן מען זאל געבן פאר שלש סעודות אין שול עסן געמאכט מיט הכשרים וואס אלע עסן, נישט קיין בדיעבד'יגע הכשרים - וועט ער זיכער אזוי טון. ענק האבן א גוטע גבאי, עס איז א שאד זיך אויפצועסן, א שאד צו זיין אנגעגעסן איינער אויפן צווייטן, בפרט אויף די גבאים וואס מיר האבן ממנה געווען; זיי זענען בעלי שכל, מען דארף זיך נאר דורך רעדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#73 - די שול זאל בלייבן מיט א פנים פון א שול
דרך ארץ, שטעטל, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש לקוטי מוהר"ן


איך האב זייער הנאה געהאט צו דאווענען נעכטן מנחה מעריב ביי ענק אין שול און זיין ביים אויספאסטן. די שול ביי ענק אין ווילידזש דערמאנט מיר די אנהויב פון די שטעטל, קליין און שיין, אלע טעמים.


איין זאך וויל איך דיר בעטן, זאלסט בעטן די מתפללים זאלן קומען אין שול מיט הוט און רעקל, מען רעדט נישט דא פון פרעמדע, מען רעדט דא פון אונזערע חברים, תלמידי היכל הקודש, זאלן קומען אין שול מיט דרך ארץ, אנגעטון ווי עס פאסט. דו אלס גבאי מעגסט זאגן, די גבאים דארפן זען אז די שול זאל בלייבן מיט א פנים פון א שול, עס איז דאך פארט נישט א שוויץ באד.


בנוגע די עירוב וכו'; איך וועל רעדן מיט ... מען זאל אנהויבן מאכן די עירוב ארום ענקער געגנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#72 - א משונה זאל נישט קומען ביי אונז אין שול
דרך ארץ, בית המדרש, היכל הקודש, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער...


איך האב געהערט וואס האט פאסירט דעם שבת ביי ענק אין שול, ווי ער איז ארום געלאפן מיט א מעסער און געשריגן אז ער איז משיח, השם ישמרינו.


זאג אים אז ער זאל מער נישט קומען ביי אונז אין שול. מוהרא"ש זאגט: "משונה קרן חצי נזק", איינער וואס פירט זיך אויף משונה, אנדערש, חצי נזק, איז שוין א שאדן, מיר האבן שוין גענוג מחלוקת אויף אונז, מיר האבן אזויפיל מחלוקת און לשון הרע, וואס פעלט אויס איינער וואס שרייט און שעלט.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, זיין א גבאי איז א גרויסע זאך, און א גבאי פארן הייליגן רבי'ן איז גאר א גרויסע זכות; זאלסטו זיך זייער שטארקן מיט דיין ארבעט, און דאס וועט דיר בלייבן לנצח נצחים.

#71 - נישט רעדן ביים דאווענען וועט ברענגען ישועות
דאווענען, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע גבאים פון אונזער בית המדרש, בני ברק


ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל האבן ענק מיר דערציילט אז עס איז דא אינגעלייט וואס שמועסן ביים דאווענען, איך האב זיך פון דעם זייער פארשעמט. אויך האבן ענק מיר דערציילט אז עס ווערן נישט נתוסף פרישע שכנים צום קיבוץ. לדעתי איז דאס אנגעהאנגען איינע אין די צווייטע, ווייל אז מען רעדט ביים דאווענען פארטרייבט מען די שכינה הקדושה, און אויך דעם הייליגן רבי'ן וואס האט צוגעזאגט אז אויב מען וועט זיך האלטן אינאיינעם וועט מען אים קענען ממשיך זיין, אבער אויב מען פארשעמט די שול איז דער רבי נישט מיט ענק, און עס ווערט בבחינת אילן סרק וואס איז מער נישט מוליד קיין פירות.


איך שיק ענק א בריוו, ענק זאלן דאס אויפהענגען אין שול און דאס געבן פאר אלע מתפללים מיט די נעמען זייערע, און איך האף צום אייבערשטן אז עס וועט צוריק קומען די שכינה הקדושה ביי ענק, און אויך נשמת רבינו ותלמידיו הקדושים.


*


לכבוד מיינע טייערע אנשי שלומינו פון בני ברק, שיחיו


איך וויל ענק בעטן און איך האף ענק וועלן מיך אויסהערן, איך וויל נישט מען זאל רעדן ביים דאווענען, און אויב איז דא איינער וואס וויל שמועסן זאל ער ארויסגיין פון שול דארט שמועסן, און חס ושלום נישט רעדן אין שול ביים דאווענען. ווייל דער הייליגער זוהר זאגט געפערליך אויף דער וואס רעדט אין שול ביים דאווענען (תרומה קלא:): "וּמַאן דְּמִשְׁתָּעֵי בְּבֵי כְּנִישְׁתָּא בְּמִלִּין דְּחוֹל", ווער עס שמועסט אין שול ביים דאווענען, "וַוי לֵיהּ", וויי איז צו אים, "דְּאַחְזֵי פֵּרוּדָא", ער ווייזט אז ער טיילט זיך אפ פונעם אייבערשטן, "וַוי לֵיהּ", וויי איז צו אים, "דְּגָרַע מְהֵימְנוּתָא", ער פארמינערט זיין אמונה, "וַוי לֵיהּ", וויי איז צו אים, "דְּלֵית לֵיהּ חוּלָקָא בֶּאֱלָהָא דְּיִשְׂרָאֵל", אז ער האט נישט קיין חלק אינעם אייבערשטן, "דְּאַחְזֵי דְּהָא לֵית לֵיהּ אֱלָהָא", ער ווייזט אז ער האט נישט קיין באשעפער, "וְלָא אִשְׁתְּכַח תַּמָּן", ער ווייזט אז דער אייבערשטער איז נישט דא, "וְלָא דָּחִיל מִנֵּיהּ", און ער האט נישט מורא פון אים, עיין שם.


מען טאר נישט רעדן ביים דאווענען. עס שטייט אין הייליגן זוהר (פרשת אחרי, דף עה:) אז דאס רעדן ביים דאווענען האלט צוריק משיח פון קומען אונז אויסלייזן פון גלות, די עבירה פון רעדן ביים דאווענען איז אזוי געפערליך אז דער זוהר זאגט, דער וואס רעדט ביים דאווענען אין לו חלק באלוקי ישראל.


ווער רעדט נאך אין א בית המדרש וואס איז אויפן הייליגן רבינ'ס נאמען, אויב מען רעדט אין שול ביים דאווענען פארשעמט מען דעם רבי'ן און מען טרייבט ארויס דעם הייליגן רבי'ן פון דארט.


על כן מיינע טייערע ברידער, מיינע טייערע חברים, רעדט נישט ביים דאווענען, און האלט ענקערע קינדער נעבן אייך ביים דאווענען. מוהרא"ש האט איינגעפירט ווי לאנג די דאווענען זאל נעמען, נישט שנעל און נישט שטייט, איז דאס ביסל וואס מען דאווענט זאל מען נישט שמועסן קיין איין ווארט, און אויב איינער וועט נישט פאלגן - האט ער נישט קיין פלאץ ביי מיר.


ווער עס דארף א ישועה זאל זיך פארנעמען נישט צו רעדן קיין איין ווארט פון אנהויב דאווענען ביזן סוף, און אז ער וועט בעטן דעם אייבערשטן וועלן זיינע תפילות אנגענומען ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#70 - פארקויפן די עליות און די זיצן
שלום, היכל הקודש, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת צו, י"א ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע פארקויפן די עליות ביי אונז אין שטיבל יעדן שבת, אויב די גבאים פארשטייען אז דאס וועט אריינברענגען הכנסה פארן בית המדרש איז אדרבה ואדרבה, אזוי וועט די בית המדרש זיך קענען אויסהאלטן. מען דארף נאר וויסן, אויב עס איז דא א קנאפע מנין און פון דעם זענען אויך דא בחורים, איז אפשר כדאי דאס צו טון נאר ביי די ספעציעלע שבתים און ימים טובים.


בנוגע ארויפלייגן די נעמען אויף די זיצן אין שטיבל; אדרבה, די גבאים קענען פארקויפן די זיצן און אזוי וועט די בית המדרש האבן הכנסה און קענען אנגיין.


דער עיקר זאלן ענק זיך ליב האבן, יעדער זאל זיין א גבאי צו געבן א שמייכל פאר א צווייטן און צו אויסהערן א צווייטן, אויף די צוויי זאכן נעם איך אויף יעדן איינעם פערזענליך פאר גבאי.


געדענקט די לעצטע ווערטער פון מוהרא"ש: "אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן אַז עֶס זָאל נִישְׁט זַיין קַיין מַחְלוֹקֶת צְוִוישְׁן אַייךְ, עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#69 - א קריגעריי ווען מען זאגט תיקון הכללי
היכל הקודש, מנהגים, גבאי, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, צפת


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יעצט הער איך אז עס איז געווארן א גאנצע קריגעריי יום טוב נאך שחרית; דער האט געשריגן אז דער מנהג איז צו זאגן די תיקון הכללי נאך שחרית, אנדערע האבן גע'טענה'ט נישט פארטרייבן די געסט וכו', דו פרעגסט וואס איז ריכטיג צו טון.


ביי אונז זאגט מען יום טוב די תיקון הכללי נאך תפילת מוסף, נישט נאך שחרית. נאר ראש השנה, יום כיפור און שמחת תורה זאגן מיר נאך שחרית, אבער אלע אנדערע ימים טובים זאגן מיר די תיקון הללי אזוי ווי יעדן שבת נאך אנעים זמירות.


דער עיקר זאלסטו זען עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת ביי אונזער מנין אין צפת, עס זאל זיין שלום און ליבשאפט, ווייל אין דעם ליגט די הצלחה.


געב א קוק וואס מוהרא"ש האט אונז געדענקט צו שרייבן די לעצטע מינוטן איידער ער איז נסתלק געווארן, מוהרא"ש האט געשריבן א בריוו פאר אונז אפאר שעה איידער זיין הסתלקות:


"בעזה"י יוֹם ה' לְסֵדֶר יִתְרוֹ ט"ז בִּשְׁבַט ה'תשע"ה


שָׁלוֹם וּבְרָכָה וְכָל טוֹב סֶלָה יַגִיעוּ וְיִרְדְפוּ אֶל כְּלָלִיּוֹת אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ הַיְקָרִים דִי בְּכָל אֲתַר וַאֲתַר הוי"ה עַלֵיהֶם יַשְׁרֶה שְׁכִינָתוֹ תָּמִיד


אִיךְ וִויל זֵייעֶר שְׁטַארְק אַז אַלֶע מַיינֶע תַּלְמִידִים וֶועלְכֶע זֶענֶען מְקוּשָׁר צוּ מִיר זָאלְן אוֹיפְשְׁטֶעלְן אַ בֵּית הַמִדְרָשׁ "הֵיכָל הַקוֹדֶשׁ" אִין זֵייעֶר שְׁטָאט, אִין דִי גֶעגְנְט וואוּ זֵיי וואוֹינֶען.


אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן אַז עֶס זָאל נִישְׁט זַיין קַיין מַחְלוֹקֶת צְוִוישְׁן אַייךְ, עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט.


פוּן צַייט צוּ צַייט זָאלְט אִיר קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר, אוּן אִיךְ וֶועל אַייךְ דַאנְקְבַּאר זַיין פַאר דֶעם. וֶוען אִיר וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן אִיר וֶועט דָארְט מִתְפַּלֵל זַיין פַאר אַ יְשׁוּעָה, וֶועל אִיךְ זַיין פַאר אַייךְ אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוֹיבְן אִין הִימְל".


*


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#68 - האלטן ביי אונז אין שול די זמן רבינו תם
בית המדרש, הדרכות, גבאי, מוצאי שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, אלעד


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו שטארקסט זיך מיטן הייליגן רבינ'ס עצות.


אויך הער איך זייער גוטע גריסן פון דיין גבאות ביי אונז אין שול אין אלעד, ווי מען פירט זיך מיט דרך ארץ.


איך וויל דו זאלסט האלטן ביי אונז אין שול די זמן רבינו תם, צוויי און זיבעציג מינוט נאכן שקיעה. מען קען דאווענען מעריב מוצאי שבת אפאר מינוט פריער, אבער נישט ענדיגן פריער מעריב כדאי עס זאל נישט ארויסקומען קיין חשש חילול שבת, און אויך פורים זאלן ענק ליינען די מגילה ביים רבינו תם זמן, און אויך זאלסטו ווייזן די בריוו פאר די גבאים פון אונזערע שולן היכל הקודש בארץ הקודש ירושלים, בני ברק, טבריה, צפת, יבנאל, בית שמש, ברכפלד; מען זאל נישט מזלזל זיין אין די זמן פון רבינו תם, אזוי ווי די הלכה איז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#67 - יעדן ליב האבן, און אויך דרך ארץ, קען מען נאר מיט תפילה
חנוכה, שטעטל, גבאי, ליכט צינדן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


געדענק וואס א גבאי מיינט, שמייכלען און אויפלעבן יעדן איינעם בלי יוצא מן הכלל, און זען אין יעדן איינעם נאר דאס גוטס, און אז מען זעט חסרונות - דארף מען גיין זיך מתבודד זיין אין די פעלדער און אין די וועלדער.


אויך דארף מען זען אז אלעס זאל זיך פירן מיט דרך ארץ, די שול און אזוי אלעס ארום - זאל זיין מיט דרך ארץ, און מיט מאכן א גוטע נאמען פארן צדיק; אויפהייבן דעם רבינ'ס נאמען. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק", ווער עס האט ליב דעם צדיק, "צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויסגיין א שלעכטע נאמען אויפן צדיק; בפרט אין היכל הקודש דארף מען זייער מקפיד זיין עס זאל זיין אלעס מיט דרך ארץ.


פארשטייט זיך אז די צוויי זאכן - יעדן ליב האבן און זען עס זאל זיין סדר און דרך ארץ – קען מען נאר צאמשטעלן מיט תפילה והתבודדות.


ביטע איבערגעבן אין שטעטל פאר די אינגעלייט זיי זאלן נישט ארויפקומען צו מיין חנוכה ליכט צינדן, איך וויל צינדן פריוואט מיט מיינע קינדער, מכמה טעמים.


א פרייליכן חנוכה.

#66 - אנשטאט קוקן שלעכט, קוק מיט רחמנות
חינוך הילדים, כעס, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, טברי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מהפך דיין כעס אויף רחמנות (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יח), אנשטאט קוקן שלעכט אויף די טאטע וואס איז נישט מחנך זיינע קינדער, די קינדער זענען הפקר; זאלסטו רחמנות האבן אויף די קינדער, זיי נעמען אונטער דיין פארטוך און זיי מגדל זיין מיט די גרעסטע מאס רחמנות.


וואס נעמסטו אויף דיר זאכן וואס פעלט נישט אויס? אז די קינדער האבן שאדן געמאכט דעם שכן'ס קאר, דאס האט נישט מיט דיר; זאל דער שכן גיין צו זייער טאטע וכו', זאל ער גיין צו דין תורה, אבער אויף די קינדער זאלסטו רחמנות האבן, זיי מקרב זיין און מהפך זיין די כעס צו רחמנות.


אויך אויפן טאטן זאלסטו מהפך זיין די כעס אויף רחמנות; וואס ווייסטו וואס עס גייט אריבער אויף מענטשן, מענטשן האבן אזוי סאך עגמת נפש און צער, מענטשן זענען היינט א בחינה פון שיכורת ולא מיין, שיכור פון צרות; מען דארף רחמנות האבן אויף יעדן איינעם, אויפזוכן גוטס אין יעדן איינעם, און אז מען כאפט א בזיון נעמט מען עס אן פאר כפרת עוונות.


אשרינו אז מיר האבן א רחמנות'דיגע רבי וואס געבט אונז אזעלכע שכל ווי אזוי צו קענען לעבן א זיסע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#65 - א גבאי דארף האבן רחמנות, רעדן שיין צו אלעמען
ראש ישיבה, הדרכות, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וירא, י"ב מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך דאנק דיר פארן זיך אזוי אוועק געבן פאר די קהילה, פארן פרובירן צו העלפן אלעמען, אלע זאלן קענען האבן אן אפוינטמענט צו קענען קומען רעדן. עס איז זייער וויכטיג אז אלע אברכים זאלן קענען קומען מפעם לפעם זיך דורכשמועסן, סיי זאכן וואס איז בין איש לאשתו, סיי וואס איז נוגע פאר פרנסה, און סיי פאר חינוך הבנים והבנות.


געדענק וואס מוהרא"ש זאגט, גבאי איז די ראשי תיבות א'נא ב'כח ג'דולת י'מינך, א גבאי דארף האבן רחמנות, רעדן שיין צו אלעמען, און חס ושלום נישט זיין קיין פוסע על ראשי עם, נישט טרעטן אויף מענטשן, און חס ושלום נישט מאכן קיין ביזנעס פון צרות ישראל, נאר מאכן זיכער אז יעדער האט א מעגליכקייט צו קומען זיך דורך רעדן און יעדן אויפנעמען שיין.


אויך זאלסטו אויפזוכן די וואס האבן דמיונות (קאמפלעקסן), די אלע תלמידים, אברכים - וואס זענען באהאלטן אין די לעכער, זיי טראכטן 'מען דארף מיך יא, מען דארף מיך נישט', און זיי מחזק זיין צו קומען, "לְהוֹצִיא אֶת עַצְמוֹ מֵהַמְדַמֶּה וְלַעֲלוֹת אֶל הַשֵּׂכֶל", ארויס צו גיין פון דמיון און קומען צום שכל (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן כה).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#64 - איין בעל קורא זאל ליינען די גאנצע פרשה
משמש דעם רבי'ן, הדרכות, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש מאנסי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו ביסט משמש דעם רבי'ן, האסט גענומען אויף זיך צו העלפן אין שול מיט ריינקייט און מיט סדר און מיט אלעס. עס איז נישט קיין פשוט'ע זאך צו משמש זיין דעם רבי'ן, דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיד ובהשמטות): "אפילו גרויסע צדיקים וועלן גליסטן אין גן עדן צו די נשמה וואס האט מיך משמש געווען".


מאך נישט ביי אונז אין שול אפאר בעל קורא'ס וואס איינער ליינט ביז שני, א צווייטער ביז חמישי און א דריטער ענדיגט די פרשה; מאך נישט אינטערעסאנטע זאכן, נעם איין בעל קורא זאל ליינען די גאנצע פרשה, עס קען זיין אפילו א בחור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#63 - דאווענען שבת אינדערפרי אין צייט
בית המדרש, הדרכות, היטן די צייט, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש


איך בין נישט צופרידן אז מען דאווענט ביי ענק אזוי שפעט שבת אינדערפרי, אז עס וועלן קומען אינגעלייט און וועלן מאכן נאך א מנין אביסל שפעטער - דאס איז גוט.


איך געדענק ווען איך האב זוכה געווען צו איינשטיין שבת ביי מוהרא"ש אין יבנאל, נאכן דאווענען איז מוהרא"ש אהיים געקומען און מיר האבן געגעסן די סעודה. נאך די סעודה האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "קום שפאצירן, איך וויל דיר ווייזן די מנינים ווי שיין דא אין יבניאל איז"; מוהרא"ש האט מיר געוויזן אז עס איז דא נאך מנינים, שפעטע מנינים, מוהרא"ש האט זיך אזוי מחי' געווען, ער האט מיך ארום געפירט פון איין שול צום צווייטן, ער איז ארויף אויבן און געוויזן 'דא איז דא א תימנ'ער מנין, און אונטן שטעלט זיך יעצט נאך א מנין'.


אבער עס דארף זיין אן ערשטע מנין צייטליך, עס זענען דא אינגעלייט וואס ווילן דאווענען אין צייט און מאכן די סעודה אין צייט, דאס שטערט מיר אז די ערשטע מנין איז עלף אזייגער, אז מען דאווענט אין צייט און עס קומען נאך אינגעלייט וואס ווילן אוועק שטעלן נאך א מנין - אדרבה ואדרבה, אבער די ערשטע מנין דארף זיין אין צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#62 - נישט ווערן צעבראכן ווען איינער גייט אוועק פון די חבורה
חלישות הדעת, הדרכות, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש קרית יואל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע גריסן וואס טוט זיך ביי ענק אין שול, ווי שיין מען דאווענט, און מען איז מחזק יעדן איינעם וואס טרעט אריבער דעם שוועל ביי ענק אין שול.


בנוגע וכו'; געדענק וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט: "מי שבא, ברוך הבא", ווער איז קומט אריין אין שול - זאלסטו שיין באגריסן און מחזק זיין, "ומי שלא בא, ברוך השם", און ווער עס קומט נישט - איז ברוך השם.


האב נישט קיין חלישות הדעת פון די זאכן; יארן צוריק האט מיר מוהרא"ש גערופן אויפן טעלעפאן פרעגן אויף איינעם וואס איז געווען נאנט צו מוהרא"ש, ער האט משמש געווען מוהרא"ש - אויב ער דאווענט נאך ביי אונז אין שטיבל, און ווען איך האב געענטפערט אז יענער איז שוין לאנג נישט געקומען דאווענען, האט מוהרא"ש מיר מחזק געווען איך זאל נישט ווערן צעבראכן פון דעם, און נישט ווערן צעבראכן ווען איינער גייט אוועק פון די חבורה, מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געזאגט: "ווען מען גייט אין מלחמה פאלן סאלדאטן, מען קען נישט אפשטעלן די מלחמה, מען גייט ווייטער". אגב, די ווערטער האב איך נישט געדארפט פאר דעמאלט, דעמאלט איז מיר געווען א שמחה ווען יענער איז אוועק פון היכל הקודש, יענער איז געווען א לץ, יענער פלעגט זיצן אין חוזק מאכן פון כל הקדוש לנו, פון רבי'ן, פון רבי נתן, און פון מוהרא"ש, איך האב זיך געפרייט ווען יענער איז אוועק געגאנגען דאווענען פון אונז, די ווערטער פון מוהרא"ש האט מיר אבער זייער מחזק געווען במשך די אלע יארן, ווען בחורים און אינגעלייט זענען אוועק געגאנגען, און עס האט מיר יא געציפט ביים הארץ, געדענק איך די ווערטער פון מוהרא"ש: "אין א מלחמה פאלן סאלדאטן, און מען גייט נישט צוריק".


בכלל קוק נישט ווער עס איז נישט געקומען אין שול; נאר ווער עס קומט אריין אין שול, ווער עס טרעט איבער דעם שוועל - זאלסטו אנגיסן מיט קאלטס און ווארעמס; חיזוק, חיזוק און נאכמאל חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#61 - דאווענען צייטליך אום יום כיפור
בית המדרש, מנהגים, הדרכות, גבאי, יום כיפור

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש בני ברק


איך האב באקומען זייער שיינע גריסן פון ענקער מנין יום הקדוש, ווי שיין און ווארעם מען האט געדאווענט. איין זאך וויל איך ענק פאררעכטן, קומענדיגע יארן זאלן ענק דאווענען יום הקדוש אביסל פריער, מען הויבט נישט אן דאווענען תפילת שחרית אין אזא הייליגע טאג עלף אזייגער, עס איז צו שפעט אנצוהויבן דאווענען, און אז דער בעל פסוקי דזמרה פארשלאפט - נעמט מען א צווייטן בעל תפילה.


דער מנהג איז אז דער בעל תפילה וואס דאווענט כל נדרי גייט ארום דעם בימה מיטן ספר תורה און זאגט הויך, חזן וקהל, די צוויי פסוקים: "אור זרוע לצדיק ולישרי לב שמחה", ווי ליכטיג איז פאר די וואס האבן א צדיק און גייען אין די וועג פון א צדיק, עס איז אזוי ליכטיג פארן צדיק און אויך פאר די וואס גייען אין די וועג פון צדיק; מען ליידט נישט, מען דארף נישט וויינען, און דעם פסוק "פלגי מים ירדו עיני, על לא שמרו תורתך", און אויב חס ושלום מען היט נישט די תורה, וויפיל טייכן טרערן דארף מען פארגיסן פון צרות וואס מען מוטשעט זיך השם ישמרינו.


דער בעל תפילה זאגט הויך ביז ער קומט אן צום עמוד, עס האט נישט א געוויסע צאל וויפיל מאל מען זאגט דאס.


איך בעט דיר זייער טייערער ..., געדענק וואס איז דער עיקר הצלחה פון אונז, אנן בחבביתא תליא מילתא, אונזער זאך, אונזער הצלחה - ווענדט זיך אין די ליבשאפט צווישן אונז, מען מוז זיך ליב האבן, מען מוז זיך ליידן, נאר אזוי וועלן מיר האבן הצלחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#60 - פארלערנען פשוטע זאכן, און עס זאל זיין דרך ארץ
דרך ארץ, בית המדרש, היכל הקודש, הדרכות, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז א גרויסע זכות פארצולערנען אין בית המדרש ביים רבי'ן, סיי סיפורי מעשיות און סיי ביי שלש סעודות, מחזק זיין אנשי שלומינו; ווער נאך דארף אזויפיל חיזוק ווי ברסלב'ער חסידים, נאכדעם וואס דער רבי נעמט אראפ איין הסתרה, מען הויבט אן זען ווי ווייט מען איז, און וואס מען דארף אלץ פאררעכטן; דארף מען אסאך חיזוק.


ווען דו לערנסט פאר זאלסטו רעדן דברים פשוטים, לעובדא ולמעשה, נישט קיין תורות מיט קיין לומדות; קיינער איז נישט אינטערעסירט צו הערן ווי א גרויסער ידען אין רבינ'ס ספרים דו ביסט, און ווי א גרויסער תלמיד חכם דו ביסט. עס מאכט זייער נערוועז ווען דער בעל דרשן קוקט זיך פאר משלים מיט נמשלים און זוכט אפיר צו קראצן מאמרים און שיחות וואס נאר ער ווייסט און קיינער ווייסט נישט וכו', קיינער קומט נישט הערן ווי א גרויסער תלמיד חכם דו ביסט, מען קומט הערן פשוט'ע ווערטער, תמימות'דיגע ווערטער - וואס מען קען גלייך אנהויבן טון; ווי למשל, רעדן אפאר ווערטער צום אייבערשטן, זאגן א פרק משניות און רעדן שיין אין שטוב צו די ווייב; אנשי שלומינו קומען הערן חיזוק, די סארט דיבורים דארפן זיי.


אויף די איין זאך זאלסטו יא שטיין, אז בשעת דו רעדסט זאל מען נישט שמועסן. אויב מען שמועסט אויפן קול, מען לאכט - זאלסטו אפטרעטן פון רעדן, זאלן די גבאים ערשט אוועק שטעלן דרך ארץ, דרך ארץ קדמה לתורה, נאכדעם וועט מען פארלערנען. רעד נישט און לערן נישט פאר אין שול אויב מען שמועסט אויפן קול וכו'; אויב מען שמועסט אין שול, מען לאכט - זאלסטו מיט א שמייכל זיך אויפשטעלן און אהיים גיין מאכן די שבת סעודה, און סעודת מלוה מלכה, און מקיים זיין (תהילים א, א): "במושב לצים לא ישב".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#59 - ווי וואגט מען זיך מתחצף צו זיין פאר אן ערליכער איד?
דרך ארץ, בית המדרש, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת כי תצא, ו' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש ...


איך הער אז מען האט זיך מתחצף געווען ביי ענק אין שול פאר ר' ... שליט"א ווען ער האט מעורר געווען אז מען זאל דאווענען שבת אינדערפרי אין צייט.


עס טוט מיר זייער וויי אז ביי אונז אין שול זאל אזוינס פאסירן, און איך וויל דיר בעטן דו זאלסט זען עס זאל זיין דרך ארץ, מען זאל מכבד זיין תלמידי חכמים און אויך עלטערע אידן; ווי וואגט זיך איינער זיך צו מתחצף זיין פאר א תלמיד חכם אן ערליכער איד?! ווי מעג זיין אזא זאך ביי אונז אין שול, און ווי קען זיין אז די גבאים שטייען אין דער זייט און קיינער איז נישט מוחה?


איך האב דיך אויפגענומען פאר גבאי, דארפסטו זען אז דער שול זאל זיך פירן ערליך, מען זאל דאווענען אין צייט און מען זאל מכבד זיין תלמידי חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#58 - אויב האסטו אים ליב, זיי אים מחזק אויפצושטיין צייטליך
הדרכות, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זארגן פאר א חבר ער זאל אויפשטיין אין צייט, גיין דאווענען און ברענגען פרנסה - דאס מיינט נישט זיך זארגן פאר יענעמ'ס רוחניות; דאס איז מען מחויב צו טון, דאס מיינט א געטרייער חבר, דאס איז די גרעסטע צדקה וחסד וואס מען קען טון מיט א חבר.


ווי קענסטו שטיין אין דער זייט און שווייגן ווען דיין נאנטער חבר שלאפט אריין אין טאג אריין, ברענגט נישט קיין פרנסה און לעבט מיט הפקירות וכו'? פארוואס רעדסטו נישט מיט אים? ווי קענסטו זאגן דו האסט אים ליב, דעריבער זאגסטו אים גארנישט? ווי קענסטו זאגן: "איך מיש זיך נישט אין יענעמ'ס רוחניות"?


מיש נישט קיין יוצרות, א גבאי איז נישט געמאכט אריינצוקוקן אין יענעמ'ס סידור זען צו יענער דאווענט אדער יענער דרימלט, א גבאי איז נישט געמאכט צו קוקן ווער עס שאקלט זיך ביים דאווענען און ווער עס קלאצט; אויף דעם איז געזאגט געווארן 'זארג נישט אויף יענעמ'ס רוחניות', אבער אז א מתפלל ביי דיר אין בית המדרש קומט טאג איין טאג אויס נאכמיטאג לייגן טלית און תפילין, די ווייב שטייט אויף אינדערפרי, לויפט ארבעטן, און דער אינגערמאן שלאפט אריין אין טאג אריין, טוט נישט גארנישט מיטן טאג; אויב האסטו אים ליב - דארפסטו רעדן מיט אים און אים מחזק זיין ער זאל אויפשטיין אין צייט, גיין אין שול דאווענען מיט מנין, און טון עפעס פאר פרנסה.


איך האף דו וועסט זיין א מבין דבר מתוך דבר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#57 - חסדי השם עס איז דא א ליכטיגע ווינקל אין בית שמש
שלום בית, בית המדרש, היכל הקודש, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט אריינגעשפרינגען אין עפענען א שול אין בית שמש פאר תלמידי היכל הקודש; מען ווארט שוין יארן אויף דעם, דו ביסט געקומען און געגעבן א גוטע שטופ דעם וואגן, און חסדי השם עס איז דא א ליכטיגע ווינקל אין בית שמש, א בית המדרש היכל הקודש.


איך וויל דיר זייער בעטן, נעם נישט אראפ קיין צייט פון זיין אין שטוב מיט דיין ווייב און מיט די קינדער; זיין אין שטוב רעדן מיט די ווייב און איר העלפן - זאל זיין ביי דיר חשוב'ער ווי זיין אן עסקן, א גבאי וכו' וכו'; נאר אנשטאט די צייטן פון שמועסן מיט חברים (וואס מען רופט אן חברים, נישטא קיין חברים) - זאלסטו טון פארן רבינ'ס שול און פאר הפצה.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, און געב א גרוס פאר אלע חברים פון בית שמש, איך האף צו קומען צו ענק, פערזענליך זיין מיט ענק און זיך שטארקן אינאיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#56 - גבאים דארפן ארבעטן אינאיינעם, אן קיין אייגענע חשבונות
תפילות אויף אידיש, מחלוקת, גבאי, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שמיני, כ"ד אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן, עס טוט מיר וויי צו הערן אז צווישן די גבאים איז דא חשבונות מיט אייגענע אינטערעס, ענק האבן קוים מנין, קארגע צען מענטשן, און אזויפיל חשבונות איינער מיטן צווייטן.


א שאד, א שאד אז ענק זענען פארהאסט, א שאד, א שאד אז ענק זוכן נישט תכלית, מען איז פארנומען 'מי בראש' ווער איז גערעכט; פרעגסט מיר ווער איז גערעכט? איך האלט אלע גבאים זענען גערעכט, דו ביסט גערעכט פארן אראפרייסן די צעטל היות מען האט נישט געפרעגט וכו', און די אנדערע גבאים זענען גערעכט פארן אויפהענגען א צעטל צו מוטיגן די קינדער צו ענטפערן אמן יהא שמיה רבא, און די קינדער זענען אויך גערעכט פארן זיך חוצפה'נען, ווייל דאס איז די תוצאה פון מחלוקת; ווען קינדער זעען מחלוקת ווערן זיי זייער צעווילדעוועט און זיי פארלירן זייער דרך ארץ, זייער יראת שמים.


וואס איז די פראגע, אויב דו ביסט גערעכט אדער וואס איז ריכטיג? גערעכט ביסטו סיי ווי, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר רבי ... ווען ער איז געקומען דערציילן אז ער האט געגעבן א פאטש, און ער האט מסביר געווען דעם רבי'ן פארוואס ער איז גערעכט, האט אים דער רבי געזאגט: "און גערעכט זאלסטו אויך נישט זיין? אודאי ביסטו גערעכט, אבער מיט דעם אלעם וואלסטו נישט געדארפט געבן דעם פאטש".


די פראגע איז אויב דו ווילסט וויסן וואס איז ריכטיג? ריכטיג איז - זיך אדורך שמועסן איידער מען טוט עפעס, און דאס מאכן אינאיינעם, און אויב מען האט קאכעדיגע בלוט איז ריכטיג צו גיין אין פעלד שרייען: "טאטע ראטעווע מיך, טאטע וואס וועט זיין מיט מיר? טאטע נאך אביסל לייגט מען מיך אין דער ערד און וואס וועל איך האבן פון פירן און פון זיין בראש? טאטע ראטעווע מיך, עס קאכט אין מיר בלוט פון נצחון, פון שררה, פון קנאה וכו' וכו'"; דאס איז ריכטיג.


איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך האב שוין א לאנגע צייט געשפירט אז ביי ענק איז דא חשבונות צווישן די גבאים, און דאס טוט מיר וויי, ווייל איך האב צוגעזאגט פאר מוהרא"ש ביים זיך געזעגענען ביי די הסתלקות אז איך וועלך נישט האבן צוטון מיט מחלוקת, עס שטייט מיר פאר די אויגן די ווערטער וואס מוהרא"ש האט געשריבן אינעם טאג פון זיין הסתלקות: "אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן אַז עֶס זָאל נִישְׁט זַיין קַיין מַחְלוֹקֶת צְוִוישְׁן אַייךְ, עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט".


דו ווייסט און דו געדענקסט פון יארן צוריק, אז עס איז געווען א גבאי ביי אונז אין שטיבל אין וויליאמסבורג וואס האט גערעדט אין שול קעגן מיר, קעגן די ישיבה; איך בין געזיצן און געשוויגן, איך האב געווארנט די בחורים אויב איינער וועט עפעס טון, איך האב גארנישט געזאגט פאר מוהרא"ש, אלעס נאר נישט צו האבן מיט מחלוקת; פארשטיי איך נישט פארוואס ביי ענק קען נישט זיין שלום און אהבה.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.