בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - שטארקט אייך מיט די הייליגע ארבעט איבערצוטייטשן די בריוו אויף ענגליש
הפצה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


שטארקט אייך מיט אייער הייליגע ארבעט, מיט'ן איבערטייטשן די בריוו פון עצתו אמונה אויף ענגליש. די מפיצים געבן איבער אז מענטשן כאפן די קונטרסים, מענטשן זענען זיך מחי' מיט די בריוו; איר האט א טאלאנט פון שרייבן גוט, איר ברענגט ארויס הערליך שיין די שכל און חיזוק פון רבי'ן.


אין דעם זכות פון מזכה זיין את הרבים וועט דער אייבערשטער העלפן איר וועט זוכה זיין צו ליכטיגע דורות.


א ליכטיגן חנוכה.