בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - שטארקט אייך אין די הייליגע ארבעט צו דרוקן און פארשפרייטן דעם רבינ'ס ספרים
הפצה, הדפסה, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים ... נרם יאיר.


איך האב ערהאלטן בילדער ווי מען ארבעט אין ישיבה ביים דרוקן די ספרים; איר מאכט מיר אזא נחת רוח יעדעס מאל ווען איך זע בילדער פון דעם "בית הדפוס" וואו אינגעלייט ארבעטן טאג און נאכט צוצוגרייטן ספרים פאר די מפיצים. ווער עס העלפט דרוקן די ספרים נעמט א חלק אין הפצה.


איך בעט ענק זייער, ווען די מפיצים קומען קויפן ספרים זאלט איר זיי אויפנעמען שיין, ווייל ביים אייבערשטן איז זייער חשוב א מפיץ; דער זוהר הקדוש זאגט (תרומה קכ"ח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין צו א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט. דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות, "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין די דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


ווער עס טוט פאר אידישע קינדער, ער ברענגט צוריק נשמות ישראל צום אייבערשטן, דער קען ארויף גיין אין הימל בעטן וואס ער וויל און זיינע ברכות ווערן מקוים. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא פה.) אויפן פסוק (ירמיהו טו, יט): וְאִם תּוֹצִיא יָקָר מִזּוֹלֵל - כְּפִי תִהְיֶה, "כָּל הַמְלַמֵד אֶת בֶּן עַם הָאָרֶץ תּוֹרָה, אֲפִילוּ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא גוֹזֵר גְזֵירָה - מְבַטְּלָהּ בִּשְׁבִילוֹ", אפילו דער אייבערשטער אליינס האט געמאכט א גזירה איז עס דער אייבערשטער מבטל צוליב דעם מענטש וואס ברענגט צוריק אידישע קינדער צו אים.


דערפאר בעט איך אייך מיינע טייערע תלמידים, שטארקט אייך ווייטער מיט ענקער הייליגע ארבעט, און אז איר קענט מיר שיקן יעדן טאג בילדער וואס מען דרוקט וועט איר מיר זייער מחי' זיין.


איך וועל אם ירצה ה' ווייטער מקיים זיין די צוואה וואס דער חכם האט אונז באפוילן, ווי דער רבי הייבט אן די מעשה פונעם חיגר (סיפורי מעשיות, מעשה ג): "מעשה, אמאל איז געווען א חכם, פאר זיין טויט האט ער גערופן זיינע קינדער און זיין משפחה, און האט זיי געלאזט צוואה זיי זאלן 'אנטרינקען ביימער'; איר מעגט עוסק זיין אין אנדערע פרנסות אויך, נאר דאס זאלט איר זען שטענדיג צו טון: 'אנטרינקען ביימער'"; מוהרא"ש איז מסביר (ספר נהרי אפרסמון) אז דאס גייט ארויף אויף מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן, ווייל א מענטש איז צוגעגליכן צו א בוים, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים כ, יט): "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה", און מען דארף עס אנטרינקען מיט אמונה.


אזוי אויך וועל איך מיטן אייבערשטנס הילף ווייטער מקיים זיין די צוואה וואס מוהרא"ש האט מיר געשריבן (צוואת מוהרא"ש אות ו; יז) אז מען זאל דרוקן זיינע ספרים און זיי פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.