בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די שיינע חופה פאר די אומזיסטע חתונות
אידיש געלט, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


יישר כח פאר די שיינע חופה וואס דו האסט אויפגענייט פאר די חתונות וואס קומען פאר אין ישיבה; עס איז כדאי דו זאלסט מאכן א לעקטער ארום און ארום די חופה כדי אז יעצט ווינטער זאל נישט זיין טונקל בשעת די חופה.


מענטשן פרעגן מיר: "וואס איז פשט וואס דו האסט געשריבן אויף די חופה: 'איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן?'" מענטשן מיינען אז דאס איז עפעס א טשעפע ווארט. איינער איז געקומען צו מיר דערציילן אז איינער האט זיך באליידיגט, היתכן אזאנס צו שרייבן?!


דאס האט מיר דערמאנט א מעשה, אז איינער איז אמאל געקומען צום רב פון שטאט זאגן אז ער וויל א דין תורה מיט פלוני וועלכער האט אים מבזה געווען; בשעת די דין תורה פרעגט אים דער רב: "וואס האט ער דיר פארשעמט?" האט דער תובע געענטפערט: "דער איד איז אריין געקומען אין בית המדרש און אויס געשריגן הויך: 'דער נַאר זאל ארויס גיין פון שול! איך צייל ביז דריי און ווען איך זאג דריי וויל איך אים שוין זען אינדרויסן'", איך בין פארשטייט זיך גלייך ארויס געלאפן - דערציילט דער איד - יעצט וויל איך אז ער זאל מיר באצאלן פארן מיר אזוי פארשעמען ברבים. האט אים דער רב געזאגט: "יענער האט דיר נישט פארשעמט, דו האסט זיך אליינס פארשעמט, ווער האט דיר געהייסן ארויס לויפן פון שול?"


רבי נתן זכרונו לברכה ברענגט (חיי מוהר"ן, סימן רכט): "איך האב געפרעגט דעם רבי'ן 'וואס וועט זיין מיט אלע דיבורים וואס מיר האבן געהערט פון רבי'ן וכו'?' ווייל עס האט אויסגעזען פון רבינ'ס ווערטער אז ער וועט בלייבן לעבן און אויס פירן אלעס וואס ער האט געוואלט בחייו וכו', האט זיך דער רבי אנגערופן צום עולם וואס זענען געשטאנען דארט: 'עטץ הערסט וואס ער פרעגט?' און דער רבי האט זיך אנגערופן: 'האב איך דען נישט אויסגעפירט? איך האב אויסגעפירט און וועל אויספירן'.


דאס זעט מען ממש בחוש - ווי דער רבי פירט אויס. צוביסלעך גייט אריין זיינע הייליגע דיבורים אין די וועלט; איבעראל רעדט מען שוין פון די עצה פון התבודדות און יעצט הייבט אן אריין גיין אין די וועלט דעם רבינ'ס 'סדר דרך הלימוד'; מען זעט שוין אין אלע מקומות ביי אלע חסידות'ן ווי בחורים און יונגעלייט זאגן משניות און דפים גמרא; דאס איז וואס דער רבי וויל - אז אלע אידן זאלן לערנען און דאווענען.


האסט דאך מיט געהאלטן די חתונה אין ישיבה, דא קען מען ממש זען ווי דער רבי פירט אויס, מען מאכט חתונה די קינדער יונג ווען זיי זענען נאך ריין און הייליג; איז דאך ממש וואס דער רבי האט געזאגט: "נִצַּחְתִּי וָאֲנַצֵּחַ".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו קענען מגדל זיין אונזערע קינדער געזונטערהייט און זיי חתונה מאכן יונג און ביליג, און נישט זוכן קיין זייטיגע חשבונות פון כבוד המדומה נאר שטענדיג זוכן די טובה פון די קינדער.