בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בלק, י' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר
א גרויסן דאנק פארן כאפן די זכות פון באצאלן דעם מעלער פארן מאלן די בילדער פון די "קינדער עצתו אמונה".
אלע עלטערן זאגן אז די קינדער ווארטן א גאנצע וואך אויף די מעשה מיטן בילד, ווען די עלטערן ברענגען אהיים די וועכנטליכע קונטרסים מישן די קינדער גלייך אויף ביים סוף קונטרס, זען אויב איז דא א בילד, און דאס דערציילט מען ביי די סעודה. אויך אין חדר; די מלמדים נעמען די מעשיות, מען דערציילט דאס, מען קאלירט דאס, עס גייט אריין אין די קינדער פון יונגערהייט די ריינע אמונה.
דא האסטו נאך א מעשה:
'אוי, עס איז אזוי הייס, איך האב שוין נישט קיין כח, איך שוויץ, עס איז נישטא קיין לופט; אפשר אויפן בארג דארט איז דא לופט, איך וועל ארויפקריכן אויפן בארג און בעטן מיין טאכטער זאל מיט מיר מיט קומען און מיר בלאזן מיטן גרויסן פען'.
"טאכטער זיסע, אפשר ווילסטו מאכן פאר טאטי לופט? טאטי שוויצט, טאטי האט נישט קיין כח, קום מיט מיר אויפן בארג און בלאז מיך מיטן גרויסן פען, און איך וועל דיר געבן א בינטל פון שמעקעדיגע בשמים".
קינדער טייערע, אמאליגע צייטן איז נישט געווען קיין ערקאנדישן, אויך נישט קיין עלעקטעריק, עס איז נישט געווען ווי היינט אז מען קען אנצינדן א פען וואס מאכט לופט. אין די הייסע טעג איז געווען זייער שווער, מען האט באקומען קאפ שמערצן.
די גמרא דערציילט (בבא מציעא פו.), דער הייליגער תנא רבי שמעון בן חלפתא איז געווען א פילער מענטש, איינמאל זומער אין די גרויסע היצן האט ער געבעטן זיין טאכטער זאל אים בלאזן לופט, און דערפאר וועט ער איר באצאלן זעקלעך שמעקעדיגע בשמים (פערפיום).
פלוצלונג האט אנגעהויבן בלאזן א קילע ווינטל, און דער הייליגער צדיק הייבט אויף זיינע הענט און זאגט הויך: "שכוח אייבערשטער פאר די פיינע לופט, שכוח אייבערשטער פאר די קילע ווינטל; וויפיל זעקלעך בשמים דארף איך דיר געבן אייבערשטער פאר די פיינע פרישע לופט וואס דו געבסט מיר שטענדיג..."
קינדער, די מעשה לערנט אונז מיר זאלן זיך עפענען אונזערע אויגן און אנהויבן זען דאס גוטס וואס דער אייבערשטער געבט אונז; אנגעהויבן מיט די פיינע פרישע לופט וואס מיר אטעמען אזוי טיף, און אזוי ווייטער, דארפן מיר אים דאנקען און לויבן.
די וואך זאלסטו בעטן דעם מעלער צו מאלן א בילד ווי א איד זיצט אויף א שטיין אויף א בארג, פארשוויצט, מיט די הענט אין די הייעך און ווי די פיאות מיט די בארד צעבלאזן זיך פון די ווינט, און פון דער זייט שטייט זיין טאכטער און מאכט אים לופט.
די זכות זאל דיר ביישטיין פאר דיר און פאר דיינע דורות.