בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - שכר לימוד איז נישט קיין נדבה
שכר לימוד, מוסדות, מדות טובות, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען זאגט מיר פון אפיס אז דו ביסט שולדיג קרוב צו צען טויזנט דאלער פאר שכר לימוד; קען זיין דו ביסט געדרוקט, דו האסט נישט קיין געלט צו צאלן, אבער דאס איז נישט קיין תירוץ אויף דעם וואס דו הייבסט נישט אויף דעם טעלעפאן ווען מען רופט דיר פון אפיס.


עס איז זייער נישט שיין פון עלטערן דאס צו טון פאר די מוסד וואו די קינדער לערנען. די גאנצע מוסד; די מלמדים, די טיטשערס - ארבעטן ביטער שווער, זיי טוען אזויפול פאר די קינדער, קומט אונז דאס צוריק צו טון? זיך נישט וויסנדיג מאכן? צו שפייען אין פנים?!


שכר לימוד איז א נדבה? ווען מען צאלט שכר לימוד טוט מען איינעם א טובה? דאס איז א נדבה?! דאס איז פאר די אייגענע קינדער! דאס איז פאר מענטשן וואס זיצן פון אינדערפרי ביז ביינאכט מיט דיינע קינדער, מיט די גרעסטע מאס סבלנות, דאס טוסטו צוריק?!


איך זאג דיר קלאר דו זאלסט וויסן, אויב דו וועסט זיך נישט וויסנדיג מאכן, דו וועסט איגנארירן די מוסד - וועלן מיר ווייטער לערנען מיט דיינע קינדער, איך גיי זיי נישט פארשעמען, איך גיי זיי נישט אהיים שיקן; אבער וואס איז מיט דיר? וואס בעט איך פון דיר? איך בעט סך-הכל הייב אויף דעם טעלעפאן ווען מען רופט דיר, הער וואס מען בעט; ווער זאגט מיר דארפן די גאנצע צען טויזנט דאלער וואס דו ביסט שולדיג? מיר וועלן זיין צופרידן מיט א צוואנציגער, מיט א צענער; וואס הייסט מען מאכט זיך נישט וויסנדיג?!