בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
'שלום' מיינט נישט אז ביידע האלטן אייניג, שלום מיינט צו זאגן אז אפילו מיר האלטן אנדערש - דאך האבן מיר זיך נישט פיינט, מיר קענען רעדן אינאיינעם, מיר קענען ווייטער אויפציען די קינדער אינאיינעם.
דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן פ) שלום איז דוקא ווען מען שטעלט צוזאם צוויי פארקערטע נאטורן און מען לעבט אינאיינעם, אזוי ווי עס שטייט (איוב כה, ב): "עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בִּמְרוֹמָיו", דער אייבערשטער מאכט שלום אין הימל צווישן די מלאכים. זאגט דער רבי: "כִּי זֶה הַמַּלְאָךְ מֵאֵשׁ, וְזֶה מִמַּיִם", ווייל איין מלאך איז פייער און איין מלאך איז וואסער, "שֶׁהֵם תְּרֵי הֲפָכִים; כִּי מַיִם מְכַבֶּה אֵשׁ", וואס דאס זענען צוויי פארקערטע זאכן, ווייל וואסער לעשט אויס פייער און פייער טרוקנט אויס וואסער, "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה שָׁלוֹם בֵּינֵיהֶם וּמְחַבְּרָם יַחַד", און דער אייבערשטער מאכט שלום צווישן זיי און ער באהעפט זיי צוזאמען; זעט מען אז דאס איז דער עיקר שלום, מחבר צו זיין צוויי פארקערטע זאכן, עיין שם.
די וואך וועלן מיר אויסשרייען: "חזק חזק!" מיר גייען ענדיגן ספר בראשית. אז דו וועסט יעדן טאג לערנען אביסל חומש מיט תרגום; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי - וועסטו אנקומען צו מסיים זיין און שרייען: "חזק!" הויב אן היינט לערנען די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום, ווארט נישט ביז סוף וואך. קוק זיך אן, ביז אהער האסטו אויך געמיינט אז דו וועסט אנקומען צו לערנען סוף וואך, און למעשה גייט אריבער א וואך נאך א וואך און גארנישט; ווארף אוועק דיין שכל און נעם א חומש, און אויך א משניות און א גמרא, לערן די הייליגע תורה, וועסטו שפירן א זיסקייט אין לעבן.
מארגן נאכט וועט מען זיך צאמקומען אין אלע שולן היכל הקודש דאנקען דעם אייבערשטן פאר רבי נתן און זיך מחזק זיין מיט הפצה. רבי נתן האט געזאגט: "איך האב זיך אסאך מתבונן געווען ווי אזוי מען קען מאכן עס זאל ווייטער גיין דעם רבינ'ס זאך פאר די קומענדיגע דורות, ביז איך האב געזען אז נאר דורך דרוקן די ספרים און זיי פארשפרייטן; אזוי וועט דער הייליגער רבי'ס ליכטיגקייט אריינגיין אין די וועלט".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.