בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - שמחה איז די סוד פון הצלחה, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות
שמחה, הצלחה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, ראש חודש מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


ווי אזוי קען מען ווערן צוגעקלעבט צום אייבערשטן? דורך שמחה של מצוה, אז מען פרייט זיך מיט די מצות ומעשים טובים, מען פרייט זיך מיט 'שלא עשני גוי' – קען מען זוכה זיין צו קומען צו די העכסטע מדריגה.


דאס איז מרומז אינעם נאמען לוי יצחק, לוי איז א לשון פון באהעפטן, "הַפַּעַם יִלָּוֶה אִישִׁי" (בראשית כט, לד), ווי אזוי ווערט מען באהאפטן צום אייבערשטן? 'יצחק', דורך 'שמחה', ביז מען ווערט א שיינעדיגע דיימאנט, "נֹפֶךְ סַפִּיר וְיָהֲלֹם" (שמות כח, יח), אזוי ווי דער אריז"ל האט אנטפלעקט, ווי אזוי האט ער זוכה געווען צו קומען צו זיינע הויכע מדריגות? דורך שמחה של מצוה, ער האט זיך אזוי שטארק געפרייט מיט יעדע מצוה, אזוי ווי ער האט מרויח געווען כל הון דעלמא.


שמחה איז די סוד פון הצלחה, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות שמחה חלק ב', סימן א): "מִי שֶׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז פרייליך – איז מצליח; אויף דעם דארף מען זיך פארלייגן און אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו קענען זיין שטענדיג פרייליך, און פרייליך מאכן אנדערע.


יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט פאר אונזער קהילה.