בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - שמחה איז א רפואה פאר אלע מחלות וחלאים רעים
שמחה, חיזוק פאר פרויען, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' ויגש, ה' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך מחזק זיין און זיך נישט לאזן צעברעכן פונעם יצר הרע וואס וויל נאר צעברעכן נאך א איד און זען אז נאך א שטוב זאל צעפאלן.


פאלגט דעם הייליגן רבי'ן וואס האט אונז געהייסן זיין פרייליך (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד), און אונז געלערנט אז שמחה איז א רפואה פאר אלע מחלות וחלאים רעים, און אפילו די דאקטורים זענען מודה צו דעם.


קומט אויס פונעם רבינ'ס ווערטער אז אייער ישועה ליגט אין אייערע הענט; אז איר וועט אוועקלייגן אלע אייערע חכמות וכו' און איר וועט פאלגן דעם רבי'ן צו זיין פרייליך וועט איר האבן א גאנצע רפואה און א גאנצע ישועה.


דערפאר בעט איך אייך מרת ... תחי': שטארקט זיך מיט אלע כחות צו זיין פרייליך; מאכט זיך פרייליך, און אז מען מאכט זיך פרייליך ווערט מען פרייליך.


צינדט אן אין שטוב מוזיק – הויך אזוי ווי ביי א חתונה און טאנצט מיט אייערע ליכטיגע קינדער וואס דער אייבערשטער האט אייך געגעבן.


קוקט אויף די גוטס וואס איר האט און הערט זיך אויף אראפצוקלאפן; הערט זיך אויף צו באשולדיגן, פונקט אזוי ווי מען טאר נישט פיינט האבן א צווייטן, אזוי טאר מען זיך אליינס אויך נישט פיינט האבן.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער.


דער אייבערשטער זאל אייך שיקן א רפואה שלימה.