בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די שמייכל וואס א תלמידה באקומט, דאס בויט איר אויף
לערערין, קאמפלימענטס, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


א גרויסן יישר כח פאר'ן לערנען מיט בית פיגא תלמידות, מיר זענען אייך זייער מכיר טובה פאר אלעס וואס איר טוט מיט זיי.


די שמייכל וואס א תלמידה באקומט פון א טיטשער, די גוט ווארט, די שטארקייט 'דו קענסט יא!' 'דו קענסט גוט!' דאס בויט זיי זייער אויף, עס שטארקט זיי פאר זייער לעבן; דאס באקומען זיי ביי אייך.