בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א שנה ראשונה ווי עס דארף צו זיין
שלום בית, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


וויסן זאלסטו, די שנה ראשונה צייט איז פון די שענסטע און בעסטע צייטן אין לעבן; פון איין זייט איז מען אפגעהיטן, מען קען זיין מיט הייליגע מחשבות, און פון די אנדערע זייט האט מען נאכנישט קיין טרדות פון די קינדער; די ערשטע יארן נאך די חתונה – קען מען זייער מצליח זיין אין עבודת השם.


על כן ליבער ברודער, ניץ אויס די צייט פאר תורה ותפילה, לויף נאכנישט ארבעטן, וועסט נאך האבן אסאך יארן צו ארבעטן, לאז די צייט פון שנה ראשונה פאר לערנען און דאווענען.


אויך זאלסטו געדענקען צו געבן גוטע ווערטער, און אויך אויב דו ביסט נישט אזוי הונגעריג פאר א גוט ווארט, דו ביסט גוט אן גוטע ווערטער – זאלסטו אבער וויסן אז א פרוי, ווען איר מאן געבט איר גוטע ווערטער – ווערט זי אזוי זאט און צופרידן, און דאס מאכט די קשר זייער שטארק, מען ווערט זייער נאנט; על כן זאלסטו געבן אן א שיעור גוטע ווערטער; דאס וועט אויפבויען א שטארקע נאנטקייט.


זיי זיך מקבל נישט צו רעדן ביים דאווענען; עס איז שווער, עס איז נישט גרינג, אבער עס לוינט; עס ברענגט ניסים למעלה מדרך הטבע.


א כתיבה וחתימה טובה.