בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת בא, כ"ח טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
א גרויסן יישר כח פארן מחזק זיין אז דיין ווייב זאל ווייטער בלייבן העלפן אין בית פיגא סקול. עס זאל דיר נישט באדערן אז איין טאג זאגט מען דיין ווייב זיי דא א טיטשער, און די קומענדיגע טאג בעט מען איר זיי דא א העלפער, און נאכדעם זאגט מען איר היינט זאלסטו דאס טון און מארגן דאס טון וכו'; ווייל וואס איז דען א חילוק אויב מען האט א באשטימטע פאסטן? דער עיקר איז, מען איז משמש דעם רבי'ן, מען לייגט אריין די צייט, די כוחות - אין העלפן מחנך זיין אידישע טעכטער מיט קדושה וטהרה, מיט אמונה און צניעות; מען דארף שעפן חיות פון דעם וואס 'איך בין משמש דעם רבי'ן'.
שטארק זיך און שטארק דיין ווייב, און אז דו ווילסט שפירן אויב די שכינה איז אין שטוב - זאלסטו דאס מעסטן לויט די שמחה און ליבשאפט וואס איז דא צווישן ענק; ווי מער פרייליך מען איז, און ווי מער ליב מען האט זיך - דאס איז א סימן אז מען איז ביי די קדושה און אז די שכינה איז שטוב.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.