בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - שעצן דעם מאן'ס לימוד התורה
שלום בית, לימוד התורה, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אם ירצה ה' דעם קומענדיגן שבת - פרשת תצוה (זכור) ענדיגן מיר מסכת ברכות; אייער מאן נרו יאיר לערנט יעדן טאג דעם דף גמרא, ער גייט אויך מסיים זיין דעם שבת מסכת ברכות, וואלט געווען א גוטע זאך איר זאלט אים מאכן א שיינע סעודה לכבוד די סיום, דאס וועט אים זייער מחזק זיין, עס וועט אים געבן א גוטע שטופ אנצוהויבן דעם קומענדיגן זונטאג מסכת שבת.


מיט חכמה קען מען אויפהייבן דעם מאן זייער הויך; א קלוגע פרוי ווייסט ווי אזוי צו מאכן איר מאן זאל זיין אן ערליכער איד. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד", עס איז געווען א מעשה מיט א חסיד וואס האט געהאט א ערליכע פרוי און זיי האבן נישט זוכה געווען צו קינדער, האבן זיי אפגעמאכט צווישן זיך אז וויבאלד זיי האבן נישט קיין קינדער וועלן זיי זיך גט'ן און אזוי האבן זיי געטון, "הָלַךְ זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", דער חסיד האט חתונה געהאט מיט נישט אן ערליכע פרוי און מיט די צייט האט זי אים געמאכט פאר א רשע, "הָלְכָה זֹאת וְנִשַֹּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", ווידער די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א מאן א רשע און זי האט אים געמאכט פאר א צדיק, "הֱוֵי, שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז די פרוי האט מורא'דיגע כוחות, זי קען איבער דרייען איר מאן אים מחזק זיין און אים אויפהייבן.


וואויל איז פאר די פרוי וואס האלט טייער איר מאן וואס לערנט תורה, וועט זי זוכה זיין צו שיינע דורות.