בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, קרית ברסלב
איך בין זייער צופרידן צו זען ווי דו לערנסט יעדן טאג דעם בלאט גמרא, אויך ערב פסח און פסח האב איך געזען ווי דו רירסט זיך נישט אן דיין גמרא, דו גייסט מיט די גמרא, דו קומסט מיט די גמרא; איך האב זייער הנאה פון דיר.
איך וויל דיך זייער בעטן דו זאלסט יעדן אינדערפרי גיין א שפאציר אין א שטילע פעלדל פאר אפאר מינוט און זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס טוט דיר וויי, שמועס מיט אים, זאג אים אלעס וואס ליגט דיר אויפן הארץ, בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, בעט אים דו זאלסט זיין אן ערליכער איד און זוכה זיין צו ערליכע דורות.
דער הייליגער רבי זאגט אז רעדן צום אייבערשטן בויט אויף די אמונה, און אמונה איז די העכסטע זאך צו וואס מען קען צוקומען, אמונה היילט אלעס אויס, אמונה איז די חיות פונעם מענטש; ווען מענטשן וואלטן געוואוסט צו וואס מען קען זוכה זיין דורך זיך מתבודד זיין, ווי מען ווערט אינגאנצן אויסגעהיילט – וואלטן אלע נאר עוסק געווען אין דעם.