בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
אברהם אליהו זעלקאוויטש נרו יאיר, סגן מנהל קרית ברסלב ליבערטי
איך וויל דיר בעטן דו זאלסט צושטעלן פאר אלע באס דרייווערס ביי אונז אין מוסד די ניגונים פון היכל הקודש, און 'נאר' דאס זאל שפילן פאר די קינדער ביים ברענגען און טראגן פון חדר, סקול און אהיים, און אויך ווען מען טאנצט אין חדר זאל מען טאנצן מיט די ניגונים, און אויך זאל דאס שפילן פאר די קינדער; אזוי וועט אריינגיין אין זייערע ביינער און אין זייער מארעך אמונה פשוטה, אמונה טהורה ברורה ומזוככת, אז אין יארן ארום, יארן שפעטער, ווען עס וועט איבערגיין וואס עס וועט איבערגיין – וועט זיי שפילן אין מח: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט – איז גוט", און: "בעט דעם באשעפער אלעס וואס דו דארפסט", און: "אויף אמונה שטייט די וועלט" וכו'.
איך האב א פלאן אויפצושטעלן א דור פון צדיקים, א דור פון אידן מאמינים בה'; די אלע קינדער וואס לערנען ביי אונז אין חדר און הערן טויזנטער מאל און הונדערטער טויזנטער מאל אז דער אייבערשטער פירט אלעס, ער מאכט און טוט אלעס, זיי הערן דאס בייטאג און ביינאכט, ביים עסן און ביים איינשלאפן (מיט קול ברסלב - מעשה'לעך), ביים פארן אין חדר, ביים זיין אין חדר, ביי ריסעס, ביי הפסקה, ביי מיטאג, ביים שפילן, ביים שווימען, ביים טאנצן און שפרינגען, אז דאס ווערט א חלק פון זיי.
איך האף דו וועסט טון מיין ווילן.