בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - תלמידות בית פיגא זאלן זיין א לעבעדיגע ביישפיל
צניעות, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


מרת ... תחי'.


איך קוק זייער ארויס אז די יונגע ווייבלעך – תלמידות בית פיגא זאלן זיין א לעבעדיגע ביישפיל פאר אלע מיידלעך, פאר אלע תלמידות מיט זייער איידלקייט און באשיידנקייט.


איך האף אז דו וועסט זיין א ביישפיל פאר אלע תלמידות, זיי זאלן זען וואס איז א בית פיגא תלמידה, מיט דיין צניעות און מיט דיין שכל וכו', וכו'.