בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, וויליאמסבורג
מאך זיך א קביעות יעדן טאג צו רעדן צום אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך, גיי אין א שטילע פלאץ, אדער אין דיין קאר, אפיס, אדער שפאציר אין א שטילע פלאץ און שמועס מיטן אייבערשטן.
אין אנהויב וועט דאס זיין נישט גרינג, מען שפירט נישט, מען זעט נישט, און פון די פילע עבירות וואס מען האט געטון און פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן – ווערט א וואלקן וואס פארדעקט די אויגן פון זען און שפירן, אזוי ווי עס שטייט (איכה ג, מד): "סַכּוֹתָה בֶעָנָן לָךְ", אבער מיט אסאך תפילה, מיט עקשנות – ברעכט מען אלעס דורך און מען הויבט אן זען און שפירן.
מען קען זיך דרייען אין ברסלב, און אלע מיינען אז פלוני אלמוני איז א שטארקער ברסלב'ער, ער איז עכט ברסלב, און דער האט גארנישט מיט ברסלב, ווייל אן טון די עצות פון רבי'ן, אן לערנען די ספרים – איז אלעס דמיון.