בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תש"פ לפרט קטן
מיין טייערע טאכטער ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
תפילה איז נישט קיין סתירה צו אמונה; ווען מען בעט דעם אייבערשטן אויף א זאך מיינט דאס נישט צו זאגן אז מען גלייבט נישט אז דער אייבערשטער מאכט דאס און דאס איז גוט, תפילה גייט נאר מיט אמונה, איך גלייב אז אלעס וואס גייט אריבער אויף מיר קומט פונעם אייבערשטן און עס איז נאר פאר מיין טובה, איך דאווען צו אים ווייל דער אייבערשטער האט אונז געהייסן דאווענען פאר אים, אים בעטן מיר זאלן זען דאס גוטס.
תפילה איז נישט קיין סתירה צו וואס דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט זאגן: "ווען א מענטש רעדט זיך אפ, זאגט דער אייבערשטער: 'קוקט אן דעם מענטש, איך געב אים גוטס און דאך רעדט ער זיך אפ, איך וועל אים ווייזן וואס מיינט שלעכט'"; די אפטייטש פון תפלה איז נישט אז איך רעד זיך אפ, תפילה מיינט בעטן, מען בעט פונעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל חתונה האבן, הייליגער באשעפער איך וויל אן ערליכער מאן, איך וויל אויפשטעלן א שיינע שטוב מיט קינדער צדיקים"; ווען דער אייבערשטער הערט ווי מען בעט פון אים זאגט ער נישט: 'איך וועל דיר ווייזן וואס שלעכטס מיינט', נישט דאס זאגט רבי נתן, רבי נתן זאגט אז ווען מען רעדט זיך אפ, מען האט נישט קיין אמונה, דעמאלט וועט דער מענטש מער ליידן אבער תפילה איז עפעס אנדערש, תפילה דאס איז דאס חשוב'סטע זאך ביים אייבערשטן; דורך רעדן און בעטן דעם אייבערשטן ווערט מען איינס מיט'ן אייבערשטן.
וועגן זאגן תהלים וכו'; דו קענסט זאגן די ווערטער אן א קול.