אינפארמאציע איבער אראפנעמען דעם אוקריינישן שווארצן זיגל פון פאספארטן
יד אייר תשפ"א 📝
אין לוח איז נאך יעצט טאקע פאר ל"ג בעומר, אבער ביי ברסלב'ע חסידים אין הארץ קאכט שוין דעם רבינ'ס ראש השנה. מיר אלע געדענקען גוט וויאזוי עס האט אויסגעזען פארגאנגענע יאר ראש השנה, עס האט גארנישט גענוצט, נישט קיין פראטעקציע, נישט קיין געלט, נישט קיין קאנעקשאנס, גארנישט. יעדער האט בארשיינפערליך געזען אז נאר דער באשעפער פירט דער וועלט, און נאר צו אים קען מען זיך און דארף מען זיך ווענדן צו פאר אלעס וואס מען דארף.
יעדער וואס איז דורך (אדער האט פרובירט דורכצוגיין) די אוקריינא גרעניצן אין די טעג וואס עס איז געווען אפיציעל פארשפארט פאריאר אין די תקופה פונעם הייליגן יום טוב ראש השנה, האבן די אויטאריטעטן (מעגליך) געלייגט אויף א "שווארצע ליסטע" פאר די "חוצפה" פון איגנארירן דעם פארבאט וואס זיי האבן געלייגט אריינצוקומען אין אוקריינע. עסקנים זאגן אז אפילו מען האט נישט קיין "שווארצער זיגל" פיזיש אויפן פאספארט, זאל מען טשעקן צי מען איז נישט אויף די פארבאטענע ליסטע, ווייל ס'איז מעגליך אז ביי זיי אין קאמפיוטער געפינט מען זיך אויף די "שווארצן ליסטע", און מען וועט זיי נישט דורכלאזן ביים גרעניץ.
די עסקנים פון "איחוד ברסלב אומאן" האבן אנגעקניפט קשרים מיט פארשידענע אפיסעס אין די אוקריינע רעגירונג, און אויסגעארבעט א מהלך וויאזוי זיך אפצוגעבן מיט די "שווארצע זיגלען". זיי געבן זיך אפ מיטן טשעקן דעם פאספארט", און דערנאך אויב געפינט מען אויס אז ער איז אויף די "שווארצע ליסטע", קען מען גיין ווייטער מיט שתדלען אראפצונעמען דעם "שווארצן זיגל".
דא איז די לינקט זיך איינשרייבן. מען דארף אויספילן א פארם, ענטפערן אלע פראגעס, אונטערשרייבן א "פראקסי", און באצאלן פאר זייער אדוואקאט, אויפגענומען זיך אפצוגעבן מיט דעם. אויב געפונט מען אויס אז ער איז פארבאטן אריינצוגיין אין אוקריינא, וועלן זיי זיך פארבינדן און אויסארבעטן א מהלך וואס מען גייט טון צו פרובירן אראפצונמען דעם שווארצן זיגל.
זיי זאגן אס עס איז ערווארטעט אז עס נעמט בערך דריי טעג אויס צו געפינען צי מען איז אויף די שווארצע ליסטע, און דערנאך נעמט בערך דריי וואכן אראפצוגיין פונעם שווארצן ליסטע. די פרייז איז 350 שקל (בערך 90 דאלער) צו טשעקן א פאספארט; און צווישן 700 און 1000 דאלער זיך אפצוגעבן מיט אראפנעמען א שווארצע זיגל. (ווענדט זיך אין פארשידענע פאקטארן).
די עסקנים האבן געבעטן מען געדענקען די פינעף פונקטן און מען וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף מצליח זיין: 1. אויספילן פעימענט פארם 2. אויספילן די פרטים פארם 3. ביילייגן א בילד פונעם פאספארט 4. ארויספרינטן דעם "פראקסי פארם" (יפוי כח) אויסגעפילן, אונטערשרייבן און צוריק שיקן 5. אוועקלייגן דעם ארגינעלן "פראקסי" צעטל וואס מען האט אונטערגעשריבן, אין פאל מען וועט עס דארפן שפעטער.
צי מען האט יא א שווארצע זיגל אדער נישט, ווייסן חסידי ברסלב אלוועלטליך אז מען דארף איין זאך טון כדי אנצוקומען צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה אין אומאן: בעטן דעם אייבערשטן, און נישט אפלאזן.
הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל
📸 בית הדפוס אין שטאט אומאן פארשפרייט גליונות און עצתו אמונה א גאנץ יאר
🛒 רֹאשׁ הַשָׁנָה בַּיי צַדִיקִים
📜 מיט תפילה וועסטו זיין אין אומאן אויף ראש השנה
📜 ביי קברי צדיקים ווערט מען געהאלפן אפילו מ'איז נישט ווערד
💬 איז אמת אז ווער ס'קומט נישט אויף אומאן גלויבט נישט אין באשעפער?
📅 פרישע נייעס פון אומאן; מען ענדיגט יעצט דעם דריטן שטאק
🗞️ א'ני ל'עזאזל ו'אשתי ל'אומאן
📰 בעט רעזערוואציעס אין אומאן ווערן שוין אנגענומען אויף ראש השנה תשפ"ב הבעל"ט
📰 דער הייליגער ריבניצער רבי זי"ע ביים הייליגן רבינס ציון אין אומאן
🎞️ שיינע קליפס פון אומאן